לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

21.12 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין אלקנה מוצאי־שבת, דעם 21סטן דעצעמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם...
5.12 קאָנצערט פֿון שמוליק נאַדל אין חדרה   דאָנערשטיק, דעם 5טן דעצעמבער 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען"...
5.11 חיה ליבֿניס פֿידל־קאָנצערט אין גן־שורק דינסטיק, דעם 5טן נאָוועמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן...
דניאלה מאוערס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש 2019 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
30.10 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין רעננה מיטוואָך, דעם 30סטן אָקטאָבער 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע...
מרדכי דוניץ איז מער ניטאָ אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם געטרײַעם ייִדישיסט, פֿיליאָריקן כּלל־טוער...
ביילע טראַכטענבערגס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
ייִדיש־סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר ישׂראלדיקע סטודענטן אין יוני 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן דער ייִדישער קולטור...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


hadashot iruim

תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים און בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין באר־שבֿע לייגן פֿאָר אַ קאָמבינירטן צווישן־אוניווערסיטעטן־פּראָגראַם פֿון לימודים פֿאַרן צווייטן אַקאַדעמישן גראַד אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

beyn universitai

levinsky tarbut

בלויז עטלעכע פּלעצער זענען געבליבן אויפֿן קורס "יידיש כתפיסת עולם" (ייִדיש אַלס וועלט־אָנשויונג), וועלכער דערעפֿנט זיך דעם 7טן מערץ 2016 אינעם קאָלעדזש א"ן פֿון לעווינסקי (שושנה־פּערסיץ־גאַס 15, תּל־אבֿיבֿ). פּרטים און רעגיסטראַציע דאָ.

דעם 7טן מערץ 2016 אינעם ייִדיש־צענטער פֿונעם פּעדאַגאָגישן קאָלעדזש א"ן פֿון לעווינסקי (שושנה־פּערסיץ־גאַס 15, תּל־אבֿיבֿ) הײבט זיך אָן אַ קורס "ייִדיש אַלס וועלט־אָנשויונג".

דער לעקטאָר איז יעד בירן, וועגווײַזער און פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור. דער קורס באַשטייט פֿון 8 צוויי־שעהיקע באַגעגענישן. מער פּרטים דאָ.

w a

דאָנערשטיק, דעם 25סטן פֿעברואַר 2016, 16:30 אַ זייגער אינעם קולטור־פּאַלאַץ פֿון ראשון־לציון (זשאַבאָטינסקי־גאַס 16, היכל־התרבות) וועט פֿאָרקומען אַ געזעלשאַפֿטלעכער צוזאַמענפֿאָר, געווידמעט דעם 100סטן יאָרצײַט פֿונעם קלאַסיקער פֿון ייִדישער ליטעראַטור שלום־עליכם.

דעם פֿאָרזיץ וועט פֿירן דער שרײַבער און איבערזעצער בני מר. צווישן די אָנטיילנעמערס: לעקטאָרין פֿון מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור ד"ר גלי דרוקער בר־עם; שרײַבער און ליטעראַטור־פֿאָרשער ד"ר מתן חרמוני; שרײַבער דרור בורשטיין; זינגערין אסתּי ניסים סווידענסקי; אַקטיאָר מנדי כּהנא. אַרײַנגאַנג פֿרײַ.

זומער 2016 אויף דרײַ קאָנטינענטן וועלן פֿאָרקומען קורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור. זייער געאָגראַפֿיע איז כּולל תּל־אָבֿיבֿ, ווילנע, וואַרשע, לובלין, ווײַמאַר, שטראַסבורג, לאָנדאָן, ניו־יאָרק, "די ייִדיש־פֿאַרם" אין גושן (דער שטאַט ניו־יאָרק), אַמהערסט (מאַסאַטשוסעטס) און לאָס־אַנדזשעלעס.

די אויספֿירלעכע אינפֿאָרמאַציע קאָן מען באַקוקן אויפֿן וועבזײַטל.

מאָנטיק און מיטוואָך, דעם 25סטן און דעם 27סטן יאַנואַר 2016, 20:30 אַ זייגער, פֿירט דער אָרקעסטער "סימפֿאָנעט־רעננה" אויס די יצירה פֿון דער קאָמפּאָזיטאָרין אלה מילך־שעריף "חצאי־טונים" (האַלבטענער), וועלכע באַזירט זיך אויף אַ ציקל לידער פֿון דער ייִדישער דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן.

די מוזיקאַלישע יצירה פֿאַר אַן אָרקעסטער און אַ װאָקאַליסטין, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, איז אַ טייל פֿונעם קאָנצערט "עבר והווה נפגשים" (פֿאַרגאַנגענהײט און קעגנװאַרט באַגעגענען זיך).

 דער דיריגענט: עומר ולבר. די סאָליסטן: סערגיי קרילאָוו (פֿידל) און לויִזאַ ליין (געזאַנג). אַדרעס פֿונעם קאָנצערט־זאַל "המשכן למוסיקה ואמנויות": הפּלמ"ח־גאַס 2א', רעננה. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7457773.

דאָנערשטיק, דעם 21סטן יאַנואַר 2016, 19:00 אַ זייגער אינעם קרײַז פֿאַר ייִדישער קולטור אין נתּניה און אומגעגנט (דוד־צענטער, אחימאיר־גאַס 9 נתּניה) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון לייבל באָטוויניק וועגן דעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור יצחק־לייבוש פּרץ.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 09-8826332, 054-5377729  אָדער בליצפּאָסט leybl_botwinik@yahoo.com

מיטוואָך, דעם 6טן יאַנואַר 2016, 11:30 אַ זייגער אינעם לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) איז פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון ד"ר לאה איילון וועגן שירה גאָרשמאַנס בוך "אין די שפּורן פֿון גדוד העבֿודה".

אינעם קינסטלערישן איז אויפֿגעטראָטן דער זינגער מאַקסים לעווינסקי מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון רעגינאַ דריקער.מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

דאָנערשטיק, דעם 7טן יאַנואַר 2016, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) איז פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון פּראָפֿ' חווה טורניאַנסקי אויף דער טעמע: "גליקעל – זכרונות פֿון דער ייִדישער פֿרוי פֿונעם 17טן יאָרהונדערט".

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עליזה ירדן דורכן טעלעפֿאָן 054-6650183.

מאָנטיק, דעם 28סטן דעצעמבער 2015, 19:30 אַ זייגער אינעם קהילה־צענטער "עולמות" (שלעזינגער־גאַס 10, פּתח־תקווה) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון ד"ר מרדכי יושקאָווסקי אויף דער טעמע "שלום־עליכמס יוגנטלעכע ראָמאַנען" פֿונעם ציקל "ייִדיש אויף דער שפּיץ צונג". מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-9233280.

דעם זעלבן טאָג אין דער זעלבער שטאָט, 20:00 אַ זייגער, אינעם לאָקאַל "אַבֿרהם־שפּירא־הויז" (הערצל־גאַס 20) הייבט זיך אָן אַן אָוונט פֿון ייִדישע לידער "לאָמיר אַלע זינגען!"מיט קובי לוריא.פּרטים דורכן טעלעפֿאָן 03-9052349.

מאָנטיק, דעם 28סטן דעצעמבער 2015, 19:00 אַ זייגער אין כּרמיאל, אינעם זאַל "אױדיטאָריום" (שׂדרות קק"ל 100) וועט פֿאָרקומען אַ הומאָריסטישער אָוונט "חוויה בייִדיש" ("אַן איבערלעבונג אויף ייִדיש") מיט יאָסי יציבֿ. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 050-5410287.

פֿרײַטיק, דעם 25טן דעצעמבער 2015, 10:30 אַ זייגער אינעם לייוויק־הויז, דעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל (דבֿ־הוז־גאַס 30) וועט פֿאָרקומען אַ ליטעראַרישער שמועס לכּבֿוד דעם 100־סטן יאָרצײַט פֿון יצחק־לייבוש פּרץ. 

דעם פֿאָרזיץ פֿירט ד"ר חנה שטערער. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5231830.

דאָנערשטיק, דעם 24טן דעצעמבער 2015, 17:30 אַ זייגער אינעם מוזיי פֿון ארץ־ישׂראל (חיים־לבֿנון־גאַס 9, רמת־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון ד"ר מרדכי יושקאָווסקי אויף דער טעמע "סאַטירע אין דער ייִדישער ליטעראַטור".

די אימפּרעזע ווערט דורכגעפֿירט אינעם גערעם פֿונעם ציקל "פֿון אַלץ צו ביסלעך". מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6422113.

אַלע מאָנטיק 10:00 אַ זייגער אינעם תּל־אבֿיבֿער סירקין־קלוב (אַרלאָזאָראָוו־גאַס 101, פֿערטער שטאָק, דער זאַל אויפֿן נאָמען פֿון עמיר פּרץ) קומען פֿאָר רעפֿעראַטן און לעקציעס אויף ייִדיש.

דעם 7טן און דעם 14טן דעצעמבער 2015 דערציילט פּראָפֿעסאָר דבֿ־בער קאָטלערמאַן וועגן דער רעליגיעזער ליטעראַטור, וואָס איז געשריבן געוואָרן אויף ייִדיש, און בפֿרט דעם ספֿר "צאנה וראינה". אויף דעם 21סטן און דעם 28סטן דעצעמבער זענען פּלאַנירט געװאָרן רעפֿעראַטן פֿון ד"ר לאה איילון.
 
טעטיקייט פֿונעם קלוב ווערט געשטיצט פֿון דער שפּירא־פֿונדאַציע, ווי אויך פֿון דער משפּחה רײַטשיק. מער פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 03-6990532, 054-4888387, 077-2097526.

מיטוואָך, דעם 16טן דעצעמבער 2015, 20:00 אַ זייגער אין פּתּח־תּקווה, אינעם לאָקאַל "שרת" (העלייה־השנייה־גאַס 1), וועט פֿאָרקומען אַ פֿײַערלעכער קאָנצערט לכּבֿוד דעם 90סטן געבוירן־טאָג פֿון דער זינגערין זשעניאַ פֿײַערמאַן.

נאָר וואָס איז זשעניאַ צוריקגעקומען פֿון די גאַסטראָלן אין פּוילן; פֿריִער הײַיאָר האָט זי אויפֿגעטראָטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

און דאָנערשטיק, דעם 17טן דעצעמבער, 17:00 אַ זייגער אין נצרת־עלית, אינעם זאַל "לבֿון", וועט פֿאָרקומען זש. פֿײַערמאַנס קאָנצערט "באַליבטע ייִדישע לידער".

דער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס פֿאַרשפּרייט זײַן טעטיקייט איבער פֿאַרשיידענע קאָנטינענטן. דעם פֿאָריקן האַרבסט האָט ער זיך באַטייליקט אין דער פֿײַערונג פֿונעם 90־יאָריקן יובֿל פֿון דער ייִוו"אָ אין ווילנע. נאָך דעם האָט ער, בשותּפֿות מיט רוסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, געפּראַוועט די "ייִדיש־טעג" אין מאָסקווע. צוזאַמען מיט דער אָרטיקער ייִוו"אָ־אפּטיילונג האָט דער צענטער דורכגעפֿירט די ייִדיש־סעמינאַרן אין בוענאָס־אײַרעס (אַרגענטינע) און מאָנטעווידעאָ (אורוגווײַ).

אין אַלע אימפּרעזעס האָבן אָנטיילגענומען ישׂראלים, צווישן זיי פּראָפֿ' וואָלף מאָסקאָוויטש,  ד"ר מרדכי יושקאָווסקי און די זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש. מער פּרטים וועגן די דאָזיקע און אַנדערע אַקטיוויטעטן געפֿינט מען אויפֿן וועבזײַטל.

דער פֿרישער נומער (volume 35:3)פֿונעם ענגליש־שפּראַכיקן זשורנאַל Poetics Today ("דיכטונג הײַנט"), אַרויסגעגעבן פֿונעם דיוקער אוניווערסיטעט (די פֿאַראייניקטע שטאַטן), איז פֿולשטענדיק געווידמעט דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג.

דעם נומער האָט רעדאַגירט חנה ווירט־נשר, די דירעקטאָרין פֿונעם גאָלדרײַכס אינסטיטוט פֿאַר ייִדיש־לימודים בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. מער פּרטים באַקומט מען אויפֿן וועבזײַטל.

poetics

די מיטגלידער פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן ראַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור באַוויינען די פּטירה פֿונעם פֿינפֿטן פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל, פֿאָרזיצער פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר לאַדינאָער קולטור יצחק נבֿון, ע"ה.

פּרעזידענט נבֿון, ז"ל, איז געווען אַ פֿילזײַטיקע פּערזענלעכקייט. ער האָט אומדערמידלעך געהאָרעוועט און געקעמפֿט לטובֿת אָפּהיטן און פֿאַרהיטן די קולטור אויף לאַדינאָ אין מדינת־ישׂראל און לטובֿת דעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק.

navon

דעם 29סטן אָקטאָבער 2015 איז אויפֿגעמאַכט געוואָרן פֿאַרן ברייטן עולם אַ ייִדישע ביבליִאָטעק פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט. די זאַמלונג, וואָס אַנטהאלט אַן ערך 30 טויזנט ביכער און זשורנאַלן, געפֿינט זיך אין דער געבײַדע נומער 401. די ביבליִאָטעק איז אָפֿן אַלע זונטיק צווישן 10:00 און 13:00 אַ זייגער און אַלע דאָנערשטיק פֿון 09:45 ביז 11:45 אַ זײגער.

דעם 5טן נאָוועמבער איז בײַם ייִדיש־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון רינה קאָסטאַ עטאַבלירט געוואָרן אַ פֿאָרשונגס־אַנשטאַלט אינעם תּחום פֿון דער רעליגיעזער ליטעראַטור אױף דער ייִדישער שפּראַך. בראש פֿונעם נײַעם אַנשטאַלט שטייט פּראָפֿעסאָר דבֿ־בער קאָטלערמאַן.

bar ilan religyeze bixer

bar ilan religieze bixer

 

מיטוואָך, דעם 18טן נאָוועמבער 2015, 20:00 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער "יונג ייִדיש" (די נײַע צענטראַלע אויטאָבוסן־סטאַציע, לעווינסקי־גאַס 108, סטודיאָ 5008) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די זינגערס אָלגאַ־אבֿיגיל מעלעשטשוק און מענדי כּהנא.

אין אַ היימישער אַטמאָספֿער, בײַ די ליכטלעך, וועלן זיי אויספֿירן באַקאַנטע און זעלטענע ייִדישע לידער, באַגלייט פֿונעם טרומייטער אלי פּרעמינגער. נאָך פּרטים אויפֿן וועבזײַטל.

mendi olga

אינעם ישׂראלדיקן פֿאַרלאַג "מנורה" איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אַ נײַ בוך פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן דראַמאַטורג מיכאל פֿעלזענבאַום "אויפֿן הימל אַ יריד...".

די אױסגאַבע באַשטײט פֿון זיבן קאָמעדיעס, װעלכע זענען אָנגעשריבן געװאָרן אין משך פֿון די לעצטע 25 יאָרן: "אויפֿן הימל אַ יריד...", "תּחית־המתים אין מיטן דער וואָך", "מערת־המכפּלה", "אַ גוטן תּמיד, ר' יצחק־לייבוש", "איינצל־קאַמער", "אַ שׂימחה אין שטעטל" און "רחמנא לבא בעי".

אַ טייל פֿון די־אָ ווערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן אויף דײַטש, רוסיש און ענגליש און אויפֿגעפֿירט געװאָרן אין טעאַטערס, בתוכם דרעזדענער ראָק־טעאַטער. 

felzenbaum book

דאָס בוך האָט 438 זײַטן. די הילע און די אילוסטראַציעס זענען פֿון מאַרק קאַנאָוויטש, דעם מחברס פֿאָטאָבילד – אינגריד פּעטיט.

felzenbaum portrait

festival muzika10 2015