יוני אין תּל־אָבֿיבֿ: בײלע בריקס־קלײן אין דער פֿאָרשטעלונג ״מײַן טאַטנס טאָכטער״

אין יוני 2019 װעט בײלע בריקס־קלײן אױפֿטרעטן אין תּל־אָבֿיבֿ מיט דער אױטאָביאָגראַפֿישער מוזיקאַליש־דראַמאַטישער סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג ״מײַן טאַטנס טאָכטער״.
בײלע איז געבױרן געװאָרן אין שטאָקהאָלם. בײדע עלטערן אירע זײַנען ניצול געװאָרן אינעם חורבן. זי האָט זיך געלערנט אין ניו־יאָרק און אין ירושלים. האָבנדיק זיך פֿאַרליבט, איז זי עולה געװען אין ישׂראל. איר פֿאָטער, דער ייִדישער שרײַבער רחמיאל בריקס (װאָס האָט איבערגעלעבט די לאָדזשער געטאָ), פֿלעגט זינגען ייִדישע לידער - און זײַן טאָכטער װעט זיך דערמאָנען אין זײ אױף דער בינע, מיט דער פּיאַנע־באַגלײטונג פֿון מישע בלעכעראָװיטש.
בײלע בריקס־קלײן, איצט אַן אלמנה מיט דרײַ קינדער, איז ממשיך צו היטן און צו פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע קולטור־ירושה.
דער רעזשיסאָר און רעדאַקטאָר איז דורי אנגל. די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם קולטור־קרײַז "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ): אױף ייִדיש - מיטװאָך, דעם 12טן יוני 11:30 אַ זייגער; אױף העברעיִש - דעם 4טן, 6טן און 18טן יוני 19:00 אַ זייגער. דער פּרײַז איז 50 שקלים. די בילעטן קאָן מען באַשטעלן דורך די טעלעפֿאָנען 052-7046640, 03-5176764.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










