אײַנלאַדונג פֿאַר די ליבהאָבער פֿון ייִדישן געזאַנג: די סטודיע א"נ פֿון נ' ליפֿשיץ וואַרט אויף אײַך
די קונסט־סטודיע פֿונעם ייִדישן ליד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן פֿון נחמה ליפֿשיץ און טראָגט איר נאָמען, וואַרט אויף נײַע אָנטיילנעמער - ליבהאָבער פֿון ייִדישן געזאַנג, וואָס ווילן אויספֿירן לידער אויף קאָנצערטן!

די סטודיע געפֿינט זיך אינעם שלום־עליכם־הויז (בערקאָוויטש־גאַס 2, תּל־אבֿיבֿ) און ווערט געשטיצט פֿון אים.
ווענדט זיך צו דער איצטיקער אָנפֿירערין פֿון דער סטודיע - רעגינע דריקער דורכן טעלעפֿאָן 054-7621628.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
עברית
Русский
English 









