Skip to main content

די הויפּט־אויפֿגאַבעס פֿון דער אינסטאַנץ

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז געגרינדעט געװאָרן אינעם יאָר 1996 לױטן באַשלוס פֿונעם כּנסת, װעלכער האָט אָנגענומען דעם געזעץ וועגן דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

די אינסטאַנץ איז באַשעפֿטיקט, צווישן אַנדערן, מיט די קומענדיקע אויפֿגאַבעס: 

* באַקענען די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט מיט דער ייִדישער קולטור אין אַלע אירע פֿאָרמען;
* שטיצן די פֿאָרשונגען אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קולטור;
* פֿאַרברייטערן און פֿאַרבעסערן דעם אונטערריכט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור;
* דערמוטיקן די קינסטלערישע שאַפֿונגען אויף ייִדיש;

* זאַמלען, דאָקומענטירן און קאַטאַלאָגיזירן די אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטור;
* פֿאַרעפֿנטלעכן די בולטע ווערק
פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור סײַ אינעם מקור, סײַ אין דער העברעיִשער איבערזעצונג;
* מיטאַרבעטן מיט באַקאַנטע ייִדישע קולטור־אַנשטאַלטן אין אויסלאַנד;
* איבערגעבן די ייִדישע קולטור־טראַדיציע די קינפֿטיקע דורות.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria