17.11.2026 דורך זום: גאַסט־לעקציע פֿון פּראָפֿ' ריבאַק "דאָס מאָביליזירטע ייִדיש"
דינסטיק, דעם 17טן נאָוועמבער 2026, 18:00 א זייגער, וועט דורך זום פֿאָרקומען אַ גאַסט־לעקציע פֿונעם פּראָפֿעסאָר גיל ריבאַק (אַריזאָנער אוניווערסיטעט, פֿש"אַ) אויף דער טעמע "דאָס מאָביליזירטע ייִדיש: די ראָמאַנטיזירונג פֿון ייִדיש און אירע באַנעמונג ווי אַן אָרגאַנישער טייל פֿון די ייִדישע לינקע“.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אין די ראַמען פֿונעם קאָלאָקוויִום פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדיש־שטודיעס בײַם בר־אילן אוניווערסיטעט: https://hebrew-literature.biu.ac.il/yiddish/node/9488

דער רעפֿעראַט וועט געהאַלטן ווערן אויף העברעיִש. ער איז אָפֿן פֿאַרן אַלגעמיינעם עולם.
פֿאַרבינדונג צו זום: https://katzr.net/906337
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
עברית
Русский
English 









