12.11.2026 עפנט זיך אַ סטודיע פֿאַרן ייִדישן ליד אין ראשון־לציון
דאָנערשטיק, דעם 12טן נאָוועמבער 2026, 17:00 אַ זייגער דערעפֿנט זיך אין ראשון־לציון אַ סטודיע פֿאַרן ייִדישן ליד און געזאַנג.
זײַן אָרגאַניזאַטאָרין און אָנפֿירערין, דיאַנע שפּיראָ, איז אַ תּלמידה פֿון נחמה ליפֿשיץ ע"ה, פֿאָרשערין פֿון ייִדישער קולטור, דאָקטראַנטין פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט.
די געשעעניש וועט פֿאָרקומען אין קאַפֿע "עלמה" אין גן־המושבֿה, לעבן דער ווײַן־פֿאַבריק. אַדרעס: הכּרמל־גאַס 22, ראשון־לציון.

פֿאַר די פֿאַראינטערעסירטע ווערן אויך אָרגאניזירט קורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אויף פֿאַרשיידענע ניוואָען.
צווישן די לערער און גאַסט־לעקטאָרן: די מוזיקערין פּאָלינע בעלילאָווסקי, די זינגערין שיראל דאַשעווסקי, דער שפּראַך־פֿאָרשער ד"ר שלמה גראָמאַן, דער שרייבער שרײַבער אלי שאַרפֿשטיין. מוזיקאַלישע באַגלייטונג אויף אַקאָרדעאָן - מיכאל קאַליוס.
פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 052-9508260.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
עברית
Русский
English 









