ייִדיש־לימודים פֿונעם לייוויק־הויז דורך זום
אַ ייִדיש־קלוב אונטער דער אָנפֿירונג פֿון טובֿה רעשטיק־דוידזאָן איז געצילט פֿאַר ייִדיש־ליבהאָבער פֿון אַלע ניוואָען.
די באַגעגענישן קומען פֿאָר דורך זום איין מאָל אין צוויי וואָכן, מאָנטיק פֿון 9:30 ביז 10:45 אַ זייגער, פֿונעם 12טן אָקטאָבער 2026 ביזן סוף יולי 2027.
בעת די טרעפֿונגען וועלן מיר לייענען, איבערזעצן, דיסקוטירן און אַנאַליזירן דערציילונגען, לידער, אַרטיקלען, משלים און אַנדערע אינטערעסאַנטע טעקסטן. פֿאַרלאָזנדיק זיך אויף די פֿיליאָריקע דערפֿאַרונג פֿון די גרופּע־אָנטיילנעמער, וועלן מיר כּסדר פֿאַרבעסערן אונדזערע קענטענישן פֿעיִקייטן צו לייענען און רעדן ייִדיש.
קורס־אָפּצאָל: 500 שקלים פֿאַרן לערן־יאָר.
פּרטים און רעגיסטראַציע: וואָטסאַפּ / טעלעפֿאָן 058-5298819; בליצפּאָסט leyvikmail@gmail.com

ייִדיש־לעקציעס מיטן לערער דניאל גאַלאַי – אַ קאָמפּאָזיטאָר און שרײַבער, וואָס האָט אויסגעפֿאָרשט די מוזיקאַלישקייט פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
איין לעקציע געדויערט 75 מינוט.
אָפּצאָל: 50 שקלים פּער לעקציע.
די צאָל לעקציעס: 10. דער גאַנץער קורס־אָפּצאָל: 500 שקלים.
די לעקציעס קומען פֿאָר אין אַ קליינער גרופּע דורך זום.
פֿאַר דאַטעס און ווײַטערדיקע פּרטים, ביטע קאָנטאַקטירט דעם ביוראָ: וואָטסאַפּ / טעלעפֿאָן 058-5298819; leyvikmail@gmail.com
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










