13.10.2026 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין ראשון־לציון
דינסטיק, דעם 13טן אָקטאָבער 2026, 10:30 אַ זייגער, וועט אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער מיכאל גײַסינסקי.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-4502447 און 054-5200945. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










