Skip to main content

13.10.2026 בעטי קליין זינגט אין נס־ציונה

דינסטיק, דעם 13טן אָקטאָבער 2026, 10:30 אַ זייגער, וועט אינעם ייִדיש־קרײַז "גן־שורק" (וועמענס אַדרעס איז: התור־גאַס 1, נס־ציונה) פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין בעטי קליין.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דעם קלובס קאָאָרדינאַטאָרין, לאה אשרי, דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria