ייִדישע אינסטיטוציעס אין ישׂראל
דאָס איז אַ טיילווײַזע ליסטע. מיר וועלן מיט פֿרייד דערגענצן די רשימה, אויב איר וועט אונדז שיקן די פּרטים.
אַחוץ דעם, אין פֿאַרשיידענע לערן־אַנשטאַלטן איבער דעם לאַנד – סײַ אַקאַדעמישע, סײַ אַנדערע - קומען פֿאָר לימודים פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
וועגן די ייִדיש־קלובן לייענט אויף אַ באַזונדערער זײַט.
תּל־אבֿיבֿ
ייִדישער קולטור־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס און טאָבי פֿרידלאַנד בײַם פּעדאַגאָגישן קאָלעדזש "לעווינסקי". שושנה־פּערסיץ־גאַס 15, טעלעפֿאָן 03-6901667. דירעקטאָרין: ד"ר בתיה אַפּלפֿעלד. וועבזײַטל. בליצפּאָסט YiddishCenter@levinsky.ac.il
לייוויק־הויז (פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל; פֿאַרלאַג). דבֿ־הוז־גאַס 30, טעלעפֿאָן 03-5231830 , פֿאַקס 03-5237177. פֿאַרזיצער: דניאל גלאי. וועבזײַטל
שלום־עליכם־הויז. בערקאָוויטש־גאַס 2, טעלעפֿאָן 03-6956513. גענעראַל־דירעקטאָר: פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן. וועבזײַטל. דער צענטער פֿירט דורך פילצאָליקע ייִדישע קולטור־אימפּרעזעס. צווישן זיי איז די קונסט־סטודיע פֿון דעם ייִדישן ליד, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ. די איצטיקע דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע איז רעגינע דריקער.
קולטור־צענטער "יונג ייִדיש". די נײַע צענטראַלע אויטאָבוסן־סטאַציע, לעווינסקי־גאַס 108, צימער 5008, טעלעפֿאָן 03-6874433 . גענעראַל־דירעקטאָר: מענדי כּהנא. וועבזײַטל
טעאַטער "ייִדישפּיל": קאַרליבאַך־גאַס 7, טעלעפֿאָן 03-5254660. גענעראַל־דירעקטאָר און קינסטלערישער דירעקטאָר: שׂשׂי קשת. וועבזײַטל
מוזיי פֿונעם יידישן פֿאָלק "אַנו" בײַם תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט, קלאַוזנער־גאַס 15, טעלעפֿאָן 03-7457908. וועבזײַטל. די פֿאַראַנטװאָרטלעכע פֿאַר ייִדישע לעקציעס און אַנדערע אימפּרעזעס: רבֿקה אדרת, בליצפּאָסט rivka@bh.org.il
המשך־דור פֿון ייִדיש־ליבהאָבערס, דבֿ־הוז־גאַס 30, טעלעפֿאָן 050-3764062 . פֿאָרזיצער: אסף גלאי. וועבזײַטל. בליצפּאָסט yiddishloversnextgeneration@gmail.com
ירושלים
אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע שטודיעס אויף מענדלס נאָמען בײַ דער ייִדיש־קאַטעדרע פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט. טעלעפֿאָן 02-5883616 . וועבזײַטל
דבֿ־סדן־אונטערנעמונג פֿאַר די שטודיעס פֿון ייִדיש און מזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. וועבזײַטל. טעלעפֿאָן 02-5883527
"יד־ושם" (רשות הזיכרון לשואה ולגבורה) איז באַשעפֿטיקט, צווישן אַנדערן, מיט פֿאָרשונגען אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קולטור ביז דער צװײטער װעלט־מלחמה; צום בײַשפּיל, די טשערנאָוויצער ייִדיש־קאָנפֿערענץ . וועבזײַטל. טעלעפֿאָן 02-6443570
בת־ים
הויז־מוזיי פֿונעם ייִדישן שרײַבער "שלום־אַש־הויז". אַרלאָזאָראָוו־גאַס 50. וועבזײַטל. טעלעפֿאָן 03-5064536
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325