מעין צדוקס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ
שוין אין משך פֿון 11 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
איצט פּובליקירן מיר די מאַגיסטער־אַרבעט (M.A), צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַטקע מעין צדוק פֿונעם באר־שבֿער אוניווערסיטעט אויף בן־גוריונס נאָמען אין נגבֿ. די טעמע פֿון איר טעזע איז דאָס בוך "מראות הצבאות" די ערשטע יידישע איבערזעצונג פון "טויזנט און איין נעכט".
דאָס קעפּל אין ענגליש: From East(s) to West(s): Unveiling - Mar'ot ha-tsov'ot
כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
