ראַבאַט פֿאַר אונדזערע פֿרײַנד אױפֿן ספּעקטאַקל ״גאָט פֿון נקמות״
די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור לאַדט אײַן אַלע אירע פֿרײַנד אױף דער פֿאָרשטעלונג פֿון תּל־אָבֿיבֿער קאַמער־טעאַטער "אל נקמות" (״גאָט פֿון נקמות״) לױט שלום אַשעס באַרימטער דראַמע, װאָס װעט פֿאָרקומען פֿונעם 20סטן ביזן 22סטן סעפּטעמבער און פֿונעם 3טן ביזן 6טן אָקטאָבער 2018.
די בילעטן מיטן סובסידירטן פּרײַז (79₪) קאָן מען באַשטעלן דורכן טעלעפֿאָן 03-6060900, צוגאָב־ציפֿער 1 אָדער 2, אָנװײַזנדיק דעם ספּעציעלן קאָד פֿאַרן ראַבאַט - 2319.
די גענױע רשימה פֿון די פֿאָרשטעלונגען געפֿינט זיך אױפֿן װעבזײַטל.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










