20.1.2026 ד"ר יניבֿ גאָלדבערגס רעפֿעראַט אין ראשון־לציון
דינסטיק, דעם 20סטן יאַנואַר 2026, 10:30 אַ זייגער, וועט אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) פֿאָרקומען אַ רעפֿעראַט פֿונעם ד"ר יניבֿ גאָלדבערג - לעקטאָר פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט, מומחה אויף ייִדישער שפּראַך און טעאַטער, מחבר פֿון עטלעכע ביכער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325









