ביילע בריקס־קליינס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ
שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די אינסטאַנץ צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
איצט פּובליקירן מיר די מאַגיסטער־אַרבעט (A.M), צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַטין ביילע בריקס־קליין פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די טעמע איז: "די כּתבֿ־ידן פֿון רחמיאל בריקס (1975-1912) פֿון דער לאָדזשער געטאָ".
כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










