Skip to main content

צוויי ישׂראלדיקע ביכער באַקומען דעם בכּבֿודיקן פּרײַז אין קאַנאַדע

צוויי ביכער פֿון דער סעריע "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור", געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, זײַנען זוכה געווען צום פּרעסטיזשפֿולן יערלעכן פּרײַז א"ן פֿון הירש און דבֿורה ראָזענפֿעלד, װאָס װערט צוגעטיילט פֿון דער מאָנטרעאָלער ייִדישער ביבליִאָטעק. 

עס ווערן באלוינט די ביכער: "דער סוד פֿון ווײַסע בערן"  (אַ זאַמלונג דערציילונגען פֿון בערל קאָטלערמאַן) און "אַ רינג. אַנטאָלאָגיע: ייִדישע פּאָעזיע - דער נאָך־חורבן־דור" (אונטער דער רעדאַקציע פֿון וועלוול טשערנין, מיכאל פֿעלזנבאַום, וואַלערי דימשיץ און דבֿ־בער קערלער).

דער פּרײַז ווערט צוגעטיילט דעם 14טן נאָוועמבער 2018, 19:30 אַ זייגער, אויפֿן אַדרעס:

Gelber Conference Centre, 1 Cummings Square (5151 Côte Ste-Catherine Road), Montreal, Canada

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria