13.2.2026 דורך זום: גענאַדי עסטרײַכס רעפֿעראַט ״ייִדיש אין דעם קאַלטן קריג״
פֿרײַטיק, דעם 13טן פֿעברואַר 2026, 14:30 אַ זייגער (ישׂראל), וועט דער פּראָפֿעסאָר גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט) געבן דורך זום אַן אָפֿענעם רעפֿעראַט ״ייִדיש אין דעם קאַלטן קריג״.

די אימפּרעזע וועט זײַן פֿולשטענדיק אויף ייִדיש. זי איז אַ טייל פֿון דער זומער־שול, אָרגאַניזירט בשותּפֿות פֿונעם רנה־קאָסטאַ צענטער פֿאַר ייִדיש־לימודים בײַם בר־אילן אוניווערסיטעט (ישׂראל) און קלויזנבורגער אוניווערסיטעט (רומעניע).
פֿאַרבינדונג צו זום: https://katzr.net/e1043c . וואָרטצייכן/פּאַראָל: 252621
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325









