Skip to main content

תּל־אבֿיבֿער שטאָטראַט צעטיילט פּרײַזן פֿאַר יצירות אויף ייִדיש

דער מאַגיסטראַט פֿון תּל־אבֿיבֿ - יפֿו לייגט עפֿנטלעך פֿאָר צו אַפּליקירן אויף די פּרײַזן אױפֿן נאָמען פֿון מנדלי מוכר־ספֿרים פֿארן יאָר תשפ"ו - 2026. די פּרײַזן ווערן צוגעטיילן פֿאַר לויבווערדיקע ליטעראַרישע, וויסנשאַפֿטלעכע און איבערזעצערישע יצירות אויף דער ייִדישער שפּראַך.

זייערע קאַנדידאַטורן מעגן אָנגעבן קינסטלערס, שרײַבערס, פֿאָרשערס און איבערזעצערס, וועלכע האָבן געשאַפן אויף זייערע געביטן די משפּיעדיקע ווערק.

די סומע פֿון יעדן פּרײַז איז 18,000 שקלים.

דער לעצטער טערמין פֿאַר די אַפּליקאַציעס איז דינסטיק, ז' באדר תשפ"ו - דער 24סטער פֿעברואַר 2026.

מער פּרטים קאָן מען באַקומען אויפֿן וועבזײַטל פֿון תּל־אבֿיבֿער שטאָטראַט: https://bit.ly/499Jyak

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria