לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

21.12 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין אלקנה מוצאי־שבת, דעם 21סטן דעצעמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם...
5.12 קאָנצערט פֿון שמוליק נאַדל אין חדרה   דאָנערשטיק, דעם 5טן דעצעמבער 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען"...
5.11 חיה ליבֿניס פֿידל־קאָנצערט אין גן־שורק דינסטיק, דעם 5טן נאָוועמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן...
דניאלה מאוערס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש 2019 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
30.10 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין רעננה מיטוואָך, דעם 30סטן אָקטאָבער 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע...
מרדכי דוניץ איז מער ניטאָ אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם געטרײַעם ייִדישיסט, פֿיליאָריקן כּלל־טוער...
ביילע טראַכטענבערגס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
ייִדיש־סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר ישׂראלדיקע סטודענטן אין יוני 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן דער ייִדישער קולטור...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


hadashot iruim

garazh

אינעם יאָר 2017 אין "ה. לײװיק־פֿאַרלאַג", מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, איז אַרויס אַ צוויי־שפּראַכיק (ייִדיש/העברעיִש) בוך "דרײַ פּיעסעס" / "שלושה מחזות" פֿון דניאל גלאַי.

קוועטשט דאָ אָן כּדי צו זען די אויסגאַבע.

arye london

דער ייִדישער זשורנאַליסט און פּעדאַגאָג אַריה (לייב) לאָנדאָן איז נפֿטר געוואָרן פֿונעם ראַק (קאַנצער) אין עלטער פֿון 71 יאָר.

אַריה איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1946 אין ווילנע, פֿאַרענדיקט סאַנקט־פּעטערבורגער אוניווערסיטעט, איז עולה געווען און אין משך פֿון צענדליקער יאָרן האָט געאַרבעט אין ייִדיש־רעדאַקציע פֿון דער ראַדיאָ־סטאַנציע "קול־ישׂראל". ער האָט אויך פֿארפֿאַסט לערן־מאַטעריאַלן און געפֿירט קורסן פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

די לווייה וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 1טן יוני, 14:00 אַ זייגער אויפֿן בית-עולם "פּרדס־חיים" אין כּפֿר־סבא.

bern

אינעם יאָר 2017 מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז אַרויס אַ בוך מיט זיבן נאָװעלעס פֿונעם פּראָפֿעסאָר פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט בערל קאָטלערמאַן "דער סוד פֿון װײַסע בערן".

דאָס בוך איז אַ טייל פֿון דער סעריע "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור". קוועטשט דאָ אָן כּדי צו זען די אויסגאַבע.

 

אינעם קאָלעדזש "אוהלו" אין דער שטאָט קצרין האָט מען אָנגעהויבן אַ נײַעם פּראָיעקט פֿון דער נאַציאָנאלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אין מיטאַרבעט מיט דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר דער קולטור אויף לאַדינאָ. די אָרגאַניזאַטאָרין פֿון דער פּראָגראַם איז ד"ר תּהילה בובילסקי.

דער ציל פֿון דער פּראָגראַם איז צו פֿאַרברייטערן און פֿאַרטיפֿערן פּערזענלעכע און פּראָפֿעסיאָנעלע קענטענישן פֿון לערערס און מדריכים פֿון ייִדישע שפּראַכן און קולטורן: ייִדיש, לאַדינאָ און ייִדיש־אַראַביש, זיי זאָלן דאָס קענען איבערגעבן זייערע תּלמידים.

אין דער סעקציע, געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, האָט ד"ר מרדכי יושקאָווסקי (אַ מיטגליד פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן ראַט פֿון דער ייִדיש־אינסטאַנץ) געגעבן אַ לעקציע פֿאַר סטודענטן און לעקטאָרן, און אַפֿילו פאַר די סטודענטנס עלטערן, וואָס זײַנען ספּעציעל געקומען פֿון דער ווײַטנס.

כאָטש די טעמע איז געווען גאָר נײַ פֿאַר דעם רובֿ אָנטיילנעמערס, זי האָט פֿאַראינטערעסירט דעם עולם און זייערע אָפּשאַצונגען זײַנען געווען פּאָזיטיוו.

דאָס איז נאָך אַ טראָט אין דער טעטיקײַט פֿון דער אינסטאַנץ כּדי אײַנצוּוואָרצלען די יסודות פֿון דער ייִדישער קולטור אין ישׂראלדיקער בילדונג און געזעלשאַפֿט.

מיטוואָך, דעם 10טן מאַי 2017, 20:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קולטור־צענטער "האַרמאָניע" (הילל־גאַס 27) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַליש־דראַמאַטישע פֿאָרשטעלונג פֿון רות לעווין נאָך אַבֿרהם סוצקעווערס דערציילונג "יאַנינאַ און די חיה".

yanina

דאָנערשטיק, דעם 11טן מאַי 2017, 19:00 אַ זייגער, אינעם מוזיי "בית־התּפֿוצות", וואָס געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וועט פֿאָרקומען אַן אָוונט "די ליטוואַקן" וועגן דעם ליטווישן ייִדנטום. אין דער פּראָגראַם: אַ לעקציע וועגן פֿאַמיליע־נעמען און זעלטענע דאָקומענטאַרע פֿילמען.

mabat lita

Y NEXAMA

די באַרימטע ייִדישע זינגערין נחמה ליפֿשיץ, איינער פֿון די סימבאָלן פֿונעם גײַסטלעכן און ציוניסטישן ווידערגעבורט פֿונעם רוסישן ייִדנטום, איז נפֿטר געוואָרן דעם 21סטן אַפּריל 2017 אין תּל־אָבֿיבֿ אין עלטער פֿון 89 יאָר.

נחמה ליפֿשיץ (ליפֿשיצײַטע) איז געבוירן געוואָרן אין קאָוונעאין 1927 אין קאָוונע - דעמאָלט דער הױפּטשטאָט פֿון אומאָפּהענגיקער ליטע. בעת דעם חורבן האָט איר משפּחה זיך עוואַקויִרט קיין אוזבעקיסטאַן, און נאָכן קריג איז צוריקגעקומען קיין ליטע, וואָס איז שוין געווען אונטער דער סאָוועטישער מאַכט. אָבער זינט יאָר 1951 איז נחמה אויפֿגעטראָטן מיט לידער אויף ייִדיש און טיילמאָל אויך אויף העברעיִש, ניט געקוקט אויפֿן שטרענגן פֿאַרבאָט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

אין 1969 האָט נחמה עולה געווען קיין ישׂראל. זי האָט פֿאַרוואַלט מיט דער מוזיקאַלישער ביבליִאָטעק אין תּל־אָבֿיבֿ. אין די לעצטע יאָרן האָט זי געפֿירט די קונסט־סטודיע פֿון דעם ייִדישן ליד, וואָס די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט געשטיצט. דאָרט האָט נחמה ליפֿשיץ אויסגעשולט אַ גאַנצן דור ייִנגערע ייִדישע זינגערס.

לייענט אויך דעם אַרטיקל וועגן איר.

עליה השלום, כּבֿוד איר אָנדענק.

 

24.4.17y

24.4.17hy

shirimcvaim

דעם 14טן פֿעברואַר 2017 האָט מען אָנגעהויבן צו לערנען ייִדיש אין דער כּנסת – אינעם פּאַרלאַמענט פֿון מדינת־ישׂראל.

דער מיני־קורס פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור קומט פֿאָר לויט דער איניציאַטיוו פֿונעם פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרלאַמענטאַרער בילדונגס־קאָמיסיע יעקבֿ מרגי. פֿאַר אַ יאָרן האָט מען אין דער כּנסת געלערנט װעגן מוגראַביש (די שפּראַך פֿון ייִדן פֿון אַראַבישע לענדער); איבער אַ יאָר פּלאַנירט מען זיך באַקענען מיט לאַדינאָ (דשודעזמאָ).

די ייִדיש־לימודים ווערן געפֿירט פֿונעם מיטגליד פֿונעם דירעקטאָרן־ראַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי.

אָט זײַנען די דאַטעס און טעמעס פֿון זײַנע לעקציעס.
דער 14טער פֿעברואַר: "וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט".
דער 28סטער פֿעברואַר: "די סודות פֿונעם ייִדישן הומאָר: פֿאַר וואָס אויף ייִדיש קלינגט עס בעסער?"
דער 7טער מערץ: "בענקשאַפֿט נאָך ציון אין דער ייִדישער ליטעראַטור".
דער 14טער מערץ: "די פּערל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר".

לייענט אויך דעם אַרטיקל פֿון דער צײַטונג "ידיעות אחרונות" פֿונעם 12טן פֿעברואַר 2017 און זעט דעם ווידעאָ.

knesset

אין פֿעברואַר 2017 אינעם ייִדיש־צענטער פֿונעם פּעדאַגאָגישן קאָלעדזש א"ן פֿון לעווינסקי (שושנה־פּערסיץ־גאַס 15, תּל־אבֿיבֿ) הײבט זיך אָן אַ קורס "יידיש כתפיסת עולם" ("ייִדיש אַלס וועלט־אָנשויונג").

דער לעקטאָר איז יעד בירן - וועגווײַזער, היסטאָריקער, פֿאָרשער פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור.

דער קורס באַשטייט פֿון 8 וואָכנטלעכע צוויי־שעהיקע באַגעגענישן נאָך מיטאָג. מער פּרטים באקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6902482  אָדער אויפֿן וועבזײַטל.

 אין יולי 2017סטן יאָר וועט אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט פֿאָרקומען דער יערלעכער ייִדישער שפּראַך־קורס אויפֿן נאָמען פֿון נ. פּראַווער־קאַדאַר.
2017ta course

kalisher xaneke

די לאַורעאַטין פֿונעם ערנפּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרן יאָר 2015, די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, האָט אָנגעשריבן אַ ספּעציעלע באַגריסונג דעם הײַ־יאָריקן לאַורעאַט – דעם שרײַבער און זשורנאַליסט יצחק לודענען – און געווידמעט אים אָט דאָס ליד:

מיר זײַנען די ערשטע און אפֿשר ניט לעצטע,

מיר זײַנען פֿאַרהיילטע און זײַנען פֿאַרלעצטע,

מיר זײַנען חכמים און זײַנען נאַראָנים,

קוים וואָס געדענקען דעם אייגענעם פּנים.

מיר לאָזן די צײַט אונדז אַרומנעמען, גלעטן

און זוכן אַ בלום וואָס בליט נאָך און שפּעטער,

מיר שיקן פֿאָרויס אונדזער וואָרט צו פֿאַרהיטן,

עס בלײַבט אונדזער וואָרט ניט קיינמאָל אין מיטן.

מיא זײַנען שוין צײַטיק און זײַנען נאָך רוי,

מיר קענען פֿארבײַטן אַ שמייכל אין "אוי"!

מיר קענען דעם אַלף־בית מער ווי פֿאַרשקלאַפֿט

און היטן אים טרעריק פֿון אַלף ביז תּו.

 

רבֿקה באַסמאַן בן־חיים,

4.11.2016

basmanluden

פֿונעם 28סטן פֿעברואַר ביזן 2טן מערץ 2017 אינעם מוזיי "בית־התּפֿוצות", וואָס געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וועלן פֿאָרקומען "די טעג פֿון ייִדישער מוזיק". אין דער פּראָגראַם: קאָנצערטן, סטודיעס, וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענצן. מער פּרטים קאָן מען באַקומען דורך דער בליצפּאָסט: jewish.music.in.israel@gmail.com

הזמנה ימי מוסיקה יהודית 5777

דאָנערשטיק, 29סטן דעצעמבער 2016, 18:30 אַ זייגער אין דעם רעננהר קלוב "בית הגמלאי" ) הגנה־גאַס, 114) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די שוועסטער סלאַוואַ און זאָפֿיאַ רײַפֿער. זיי וועלן אויספֿירן לידער אויף ייִדיש, העברעיִש, פּויליש און אַנדערע שפּראַכן.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7720707.

אינעם פֿאַרלאַג "ייִדיש־ליגע" אין ניו־יאָרק איז דערשינען אַ נײַער נומער (373-372) פֿונעם ליטעראַריש־קינסטלערישן זשורנאַל "אויפֿן שוועל", וואָס איז נאָר וואָס געוואָרן 75 יאָר אַלט.

כּמעט דער גאַנצער נומער איז געווידמעט דער טעאַטראַלער טעמע. די מחברים קומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, פֿראַנקרײַך, רוסלאַנד, אויסטראַליע, ווי אויך פֿון ישׂראל. פּראָפֿ' דבֿ־בער קאָטלערמאַן פֿון בר־אילן־אוניווערסיטעט האָט געשריבן אַן אַרטיקל "די סאָוועטישע 'בעסאַראַבער קאַמפּאַניע' פֿון 1940 און דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער טעאַטער"; רייזע טורנער האָט צוגעגרייט אַ פֿאַרצייכענונג "די כעלעמער חכמים וואַקסן אַרויס אין בקעה, ירושלים: דבֿורה קאָסמאַן און איר אייגנאַרטיקע שפּראַכפּראָגראַם פֿאַר גימנאַזיע־מיידלעך".

דעם פֿולן אינהאַלט און מער פּרטים זעט דאָ.

afn shvel

דאָנערשטיק, דעם 8טן דעצעמבער 2016, 19:00 אַ זייגער, אינעם מוזיי "בית־התּפֿוצות", וואָס געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וועט פֿאָרקומען אַן אָנדענק־אָוונט, געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם פּוילישן ייִדנטום.

אין דער פּראָגראַם – זעלטענע דאָקומענטאַרע פֿילמען וועגן וואַרשע און אַנדערע שטעט, וווּ ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן געלעבט אַ סך ייִדן.

poyln2016

מיטוואָך, דעם 7טן דעצעמבער 2016, 19:00 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל "יונג ייִדיש" (ירמיהו־גאַס 52 ירושלים) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין, אַקטריסע און איבערזעצערין רות לעווין מיט דער פּרעזענטאַציע פֿון איר נײַעם קינדער־לידער־אַלבאָם "ציגעלע־מיגעלע".

עס באַטייליקן זיך אויך עווע מעזיה און דער פּיאַניסט חיים טוקטשינסקי. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-5001395.

cigelemigele

דאָנערשטיק, דעם 8טן דעצעמבער 2016, אין דער ביבליִאָטעק פֿונעם אַמעריקאַנישן קאָנגרעס אין וואַשינגטאָן וועט דעמאָנסטרירט ווערן אַ דאָקומענטאַר פֿון אסף גלאי וועגן דעם אַלטן ייִדישן בית-עולם אין וואַרשע.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט פֿון דער מזרח־אייראָפּעיִשער אָפּטיילונג פֿון דער ביבליִאָטעק אונטערן פּאַטראָנאַזש פון ישׂראלדיקער און פּוילישער אַמבאַסאַדעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער פֿילם איז געמאַכט געוואָרן אַ דאַנק דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.