זשורנאַל "ייִדישלאַנד"
"ייִדישלאַנד" איז אַן אומאָפּהענגיקער ליטעראַטורישער זשורנאַל, וועלכער ווערט אַרויסעגעבן אין ישׂראל פֿיר מאָל אַ יאָר. ער איז געגרינדעט געוואָרן אין 2018 און דערשײַנט רעגולער אונטער דער רעדאַקציע פֿון וועלוול טשערנין, מיכאל פֿעלזענבאַום, דובֿ־בער קערלער און וואַלערי דימשיץ. "ייִדישלאַנד" פֿאַרעפֿנטלעכט דיכטונג, פּראָזע, וויסנשאַפֿטלעכע און קריטישע אַרטיקלען געווידמעטע פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור, אינטערוויוען מיט ייִדישע קולטור־טוער, איבערזיכטן פֿון נײַע ביכער אויף ייִדיש און וועגן ייִדיש, זינגלינדער מיט נאָטן אא.
זינט 2020 באַקומט דער זשורנאַל אַ שטיצע מצד דער רעגירונג פֿון שוועדן, וווּ ייִדיש איז אַנערקענט ווי אַ מינדערהייט־שפּראַך. ער ווערט אַרויסגעגעבן פֿולקום אויף ייִדיש מיט רעזומעען אויף העברעיִש, ענגליש און שוועדיש. דער זשורנאַל האָט אַבאָנענטן אין פֿאַרשיידענע לענדער. ס'איז מעגלעך זיך באַקענען מיט ”ייִדישלאַנד" אויף זײַן וועב־זײַטל: http://www.yidishland.com/ , ווי אויך אינעם פֿייסבוק: https://www.facebook.com/yidishland/?epa=SEARCH_BOX.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










