פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך ״השם ינקום דמם״ פֿון ירחמיאל בריקס
זונטיק, דעם 23סטן אויגוסט 2020, 17:00 אַ זייגער, װעט דער ״לייוויק־הױז״ פֿײַערן די פּובליקאַציע פֿונעם נײַעם בוך ״השם ינקום דמם״ פֿון ירחמיאל בריקס, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף ענגליש.
דער איבערזעצער ירמיהו אהרן טאַוב װעט רעדן װעגן דעם בוך אויף ענגליש פֿון וואַשינגטאָן. די טאָכטער פֿונעם מחבר, ביילע בריקס־קליין, װעט דערצײלן פֿון תּל־אָבֿיבֿ אויף ייִדיש װעגן איר טאַטן.
כּדי זיך צו באַטייליקן אינעם זום־באַגעגעניש, דאַרף מען זיך פֿאַרשרײַבן דורך דער בליצפּאָסט
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










