31.1.2022 - אָוונט פֿונעם פֿרײַען רײדן אויף ייִדיש
מאָנטיק, דעם 31סטן יאַנואַר 2022, 17:00 אַ זייגער, אָרגאַניזירט דער תל־אביבער ייִדישער קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" ("בית לייוויק") דעם אָוונט אין זום "לאָמיר כאַפּן אַ שמועס אויף מאַמע־לשון". דער לייטער (מאָדעראַטאָר) - דניאַל גלאי.
די אָנטיילנעמער וועלן צעטיילט ווערן אויף גרופּעס לויט זייער שפראַך־ניוואָ. די הויפּט־טעמע: "וועלכע ביכער האָבן מיר געלייענט אַנומלט (לעצטנס)?"
באַטייליקונג איז פֿרײַ. כּדי אַרײַנצוגיין אין דער זום־קאָנפֿערענץ, דריקט אויף אָט די פֿאַרבינדונג (צווישנדל) און זעצט אויס (ווײַזט אָן) דעם פּאַראָל (וואָרטצייכן): 448914
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










