seker

FaceBook

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

נייַעס

יידיש זינגט זיך: ייִדיש-אינטאָנאַציע קורצע פֿילמען מיט/וועגן דער ריכטיקער ייִדישער אינטאָנאַציע https://www.youtube.com/results?search_query=%D7%99%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9+%D7%96%D7%99%D7%A0%D7%92%D7%98+%D7%96%D7%99%D7%9A+playlist
פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך ״השם ינקום דמם״ פֿון ירחמיאל בריקס זונטיק, דעם 23סטן אויגוסט 2020, 17:00 אַ זייגער, װעט דער ״לייוויק־הױז״ פֿײַערן די פּובליקאַציע...
זשורנאַל "ייִדישלאַנד" "ייִדישלאַנד" איז אַן אומאָפּהענגיקער ליטעראַטורישער זשורנאַל, וועלכער ווערט אַרויסעגעבן אין ישׂראל פֿיר מאָל אַ...
יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת. דער קליפּ איז געשטיצט געוואָרן...
לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן   מיר פֿאַרבעטן אײַך צו הערן לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן - אַ...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2020 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
קולטור־קאַלענדאַר אױף אַפּריל אינעם חודש אַפּריל איז געבוירן געוואָרן אַ רײ באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
אַ קראַנץ אין "יד־ושם" אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים דעם 21טן אַפּריל 2020 האָט דער דעלעגאַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
קולטור־קאַלענדאַר אויף מערץ אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
דער קאָראָנאַװירוס־גלאָסאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע coronavirus pandemic די קאָראָ֜נאַ־ווי֜רוס־פּאַנדעמיע [DI KORÓNA-VÍRUS-PANDÉMYE]containment zone די אײַ֜נהאַלט־<אײַ֜נצאַם־>זאָ֜נע, ־ס[DI ÁYNHALT-<ÁYNTSAM->ZÓNE, -S] cordon off...
אָפּשאַפֿונג פֿון אונדזערע אימפּרעזעס מחמת דער קאָראָנאַװירוס־עפּידעמיע װערן אַלע אימפּרעזעס פֿון דער אינסטאַנץ אָפּגעשאַפֿן אָדער אָפּגעלײגט ביז דער ספעציִעלער מעלדונג....
23.6 תּלמידים פֿון נ. ליפֿשיץ זינגען אין תּל־אָבֿיבֿ דינסטיק, דעם 23טן יוני 2020 (די דאַטע האָט זיך געענדערט), 19:30 אַ זייגער, אינעם...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


דאָנערשטיק, דעם 11טן יאַנואַר 2018, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) איז פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון ד"ר נגה רובין – אַ ייִדיש־לעקטאָרין און פֿאָרשערין פֿונעם פּעדאַגאָגישן קאָלעדזש א"נ פֿון דוד ילין.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורך די טעלעפֿאָנען 054-6650183, 02-5664144.

מאָנטיק, דעם 29סטן יאַנואַר 2018, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־נגלר" (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, קרית־חיים, לעבן חיפֿה) װעט פֿאָרקומען אַ פֿאַרווײַל־אָוונט מיטן בינע־קינסטלער קאַראָל פֿעלדמאַן מיט זײַן קורצער לעקציע וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורכן טעלעפֿאָן 054-6528265.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. 

מוצאי שבת, דעם 6טן יאַנואַר 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב שי"א (שוחרי ייִדיש אלקנה), וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי ליין.

נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קלוב־קאָאָרדינאַטאָרין ביילע שטיינער דורכן טעלעפֿאָן 050-4744477.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 4טן יאַנואַר 2018, 17:00 אַ זייגער, אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, אינעם זאַל א"נ פֿון צימבאַליסטאַ, וועט די שוישפּילערין ליאַ קעניג - לאַורעאַטין פונעם פּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרן יאָר 2017 - דעקלאַמירן אויסצוגן פֿון ש"י עגנונס ווערק אויף ייִדיש.

אויסקלערן די פּרטים און באַשטעלן בילעטן קאָן מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6408020.

kenig agnon

דינסטיק, דעם 2טן יאַנואַר 2018, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין פּאָלינע בעלילאָװסקי.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-4502447, 054-5200945.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 28סטן דעצעמבער 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם צענטער "סב" (ליבֿנה־גאַס 2, נצרת־עלית) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין עמאַ יוסים, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט וואַלערי אײַוואַזיאַן.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-6318107.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. 

זונטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2017, 17:30 אַ זייגער, אין דעם הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" (סירקין־גאַס 17) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג.

 

עס באַטייליקן זיך די זינגערין יוליאַ שמיט־ביכאָווסקי, זינגערין־פּיאַניסטין סוועטלאַנאַ קוסיאַטאָוואַ, ווי אויך דער לייטער און שפּילער אויף בלאָז־אינסטרומענטן ירון ביכאָווסקי.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

זונטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2017, 19:00 אַ זייגער, אינעם אַשקלונער לאָקאַל "בית־יד־לבנים" (אלי־כהן־גאַס 8) וועט פֿאָרקומען אַ פֿײַערלעכע פּרעזענטאַציע פֿון דער זאַמלונג פֿון זינגלידער, קאָמפּאָנירטע פֿון מיכאל ליינוואַנד אויף די טעקסטן פֿון דער דיכטערין אַנאַ מאַרגאָלין.

עטלעכע לידער פֿונעם בוך וועלן אויסגעפֿירט ווערו פֿון ווירע לאָזינסקי מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון רעגינע דריקער.

דאָס בוך איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

ConcertAnnaMargolin

דינסטיק, דעם 19טן דעצעמבער 2017, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־מיטשעל" (מאַנדלשטאַם־גאַס 12, צפֿון תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער ייִדישער זינגערין אַנאַ פּושקין.

 די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

מער פּרטים באַקומט מען בײַ דער קלוב־קאָאָרדינאַטאָרין אסתּר נאַדל דורכן טעלעפֿאָן 03-6058395.

מאָנטיק, דעם 18טן דעצעמבער 2017, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די תּלמידות פֿון דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ ע"ה: אַדע פּאַשאַיעװ און ראָזע קליין. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 04-6226943, 054-5870032.

מוצאי־שבת, דעם 16טן דעצעמבער 2017, 20:30 אַ זייגער, אינעם צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור א"ן פֿון בראָדעט (צייטלין־גאַס 22 תּל־אָבֿיבֿ) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט לכּובֿד דעם חנוכּה. עס באַטייליקן זיך די זינגערין רות לעווין און אינסטרומענטאַלער טריִאָ "עתר".

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. זעט מער פּרטים אויפֿן פֿייסבוק.

BRODET

דאָנערשטיק, דעם 7טן דעצעמבער 2017, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "מאַמע־לשון" אין קרית־גת (כּוכבֿ־דוד־הויז, מלכּי־ישׂראל־בולוואַר 159) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער מיכאל גסינסקי.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 050-5491115.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

די לידער־זאַמלומג פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי אין דער העברעיִשער איבערזעצונג איז דערשינען מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

די פּרטים (אויף העברעיִש) לייענט דאָ.

molodovsky

דאָנערשטיק, דעם 7טן דעצעמבער 2017, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין פּאָלינע בעלילאָװסקי.

נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורך טעלעפֿאָנען 054-6650183, 02-5664144

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דינסטיק, דעם 5טן דעצעמבער 2017, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן פּלמחים) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי ליין.

נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 30סטן נאָוועמבער 2017, 8:30 אַ זייגער נאָך מיטאָג, אינעם תּל־אָבֿיבֿער לאָקאַל "נווה־שעכטער" (שלוש־גאַס, 42) וועט פֿאָרקומען אַ ליטעראַרישער אָוונט לכּבֿוד דעם דערשײַנען פֿון דער צוויישפּראַכיקער (ייִדיש/העברעיִש) אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער דיכטונג פֿון די לעצטע הונדערט יאָרן אונטערן טיטל "גבוה מן הפחד אשיר" ("העכער פֿון דער מורא וועל איך זינגען").


דאָס אַרויסגעבן דאָס בוך איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

antologye

עטלעכע מאָל אין נאָוועמבער 2017 אין רמת־גן וועט געוויזן ווערן אַ פֿאָרשטעלונג לויט יצחק באַשעוויס־זינגערס ראָמאַן "שׂונאים. געשיכטע פֿון אַ ליבע" (אויף העברעיִש "שונאים סיפור אהבה").

באַקומען די פּרטים און באַשטעלן בילעטן קאָן מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6721289.

די אויפֿפֿירונג איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

zinger sonim

מוצאי שבת, דעם 25סטן נאָוועמבער 2017, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב שי"א (שוחרי ייִדיש אלקנה), וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין רזיה אָדם.


נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קלוב־קאָאָרדינאַטאָרין ביילע שטיינער דורכן טעלעפֿאָן 050-4744477.


די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דינסטיק, דעם 7טן נאָוועמבער 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג " פֿונעם שטעטל קיין אַמעריקע".

עס באַטייליקן זיך די זינגערין יוליאַ שמיט־ביכאָווסקי, זינגערין־פּיאַניסטין סוועטלאַנאַ קוסיאַטאָוואַ, ווי אויך דער לייטער און שפּילער אויף בלאָז־אינסטרומענטן ירון ביכאָווסקי. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 19טן אָקטאָבער 2017, 19:30 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער "ענבֿ" איז פֿאָרגעקומען אַן אָנדענק־אָוונט לכּבֿוד דער גרויסער ייִדישער זינגערין נחמה ליפֿשיץ (1927 – 2017).

taisytas nehama

עס האָבן זיך באַטייליקט דער בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ רון חולדאי, די מיניסטאָרין פֿון עליה און אַבסאָרבציע סאָפֿע לאַנדווער, דער אַמבאַסאדאַר פֿון ליטע אין ישׂראל עדמינאַס באַגדאַנאַס און אַנדערע חשובֿע געסט.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

בילדער פֿונעם אָנדענק־אָוונט
Nekhama concert 9
FB IMG 1508858277517
tom navon

פֿונעם 7טן ביזן 11טן אָקטאָבער 2017, לכּבֿוד דעם יום־טובֿ סוכּות, וועט דער קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" אָרגאַניזירן שעפֿערישע אַקטיוויטעטן מיטן ייִדישקייטס־טעם - מוזיקאַלישע, טעאַטראַלע, מאָלערישע - אין דער גרויסער סוכּה לעבן אַלטן תּל־אָבֿיבֿער האַפֿן. די פּראָגראַם ווערט דורכגעפֿירט אין צוזאַמענאַרבעט מיטן "בית תּפֿילה ישׂראלי" און געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

sukaytana17