Skip to main content

10.1.2025 טאָג פֿון דער פֿרויען־פּאָעזיע אין תּל־אבֿיבֿ

אַ ספּעציעלע באַגעגעניש, געווידמעט דער פֿרויען־פּאָעזיע אויף ייִדיש, וועט פֿאָרקומען פֿרײַטיק, דעם 10טן יאַנואַר 2025, 12:00 אַ זייגער אין דער שעכטער־גאַלעריע (שלוש־גאַס 42, תּל־אבֿיבֿ).

2025cila drapkin

דער מוזיקאַלישער טייל וועט אַנטהאַלטן די לידער פֿון צילע דראַפּקין, אויסגעפֿירט פֿון די זינגערינס אסתּי ניסים, שני קאַגאַן, אָלגאַ אביגיל מיעלעשטשוק און אסתּי קינן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט בשותּפֿותדיק פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור און פֿונעם קולטור־צענטער “יונג ייִדיש”. דער לייטער - מענדי קאַהאַן, גרינדער און פֿארוואַלטער פֿון “יונג ייִדיש”. 

די פֿאַרבינדונג:https://neve-schechter.org.il/product/yiddish

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria