20.2.2025 ירושלימער שילערינס ווײַזן די פֿאָרשטעלונג "פֿאַרפֿרוירן"
מיר לאַדן אײַך אײַן אויף דער טעאַטראַלער פֿאָרשטעלונג "פֿאַרפֿרוירן", געשפּילט פֿונעם ייִדיש־קלאַס בײַ דער ירושלימער גימנאַזיע (מיטלשול) "פּלך". זי וועט פֿאָרקומען אינעם זאַל פֿון דער שול (יהודה־גאַס 31, ירושלים) דאָנערשטיק, דעם 20סטן פֿעברואַר 2025, 19:00 אַ זייגער.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











