seker

FaceBook

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

נייַעס

יידיש זינגט זיך: ייִדיש-אינטאָנאַציע קורצע פֿילמען מיט/וועגן דער ריכטיקער ייִדישער אינטאָנאַציע https://www.youtube.com/results?search_query=%D7%99%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9+%D7%96%D7%99%D7%A0%D7%92%D7%98+%D7%96%D7%99%D7%9A+playlist
פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך ״השם ינקום דמם״ פֿון ירחמיאל בריקס זונטיק, דעם 23סטן אויגוסט 2020, 17:00 אַ זייגער, װעט דער ״לייוויק־הױז״ פֿײַערן די פּובליקאַציע...
זשורנאַל "ייִדישלאַנד" "ייִדישלאַנד" איז אַן אומאָפּהענגיקער ליטעראַטורישער זשורנאַל, וועלכער ווערט אַרויסעגעבן אין ישׂראל פֿיר מאָל אַ...
יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת. דער קליפּ איז געשטיצט געוואָרן...
לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן   מיר פֿאַרבעטן אײַך צו הערן לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן - אַ...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2020 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
קולטור־קאַלענדאַר אױף אַפּריל אינעם חודש אַפּריל איז געבוירן געוואָרן אַ רײ באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
אַ קראַנץ אין "יד־ושם" אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים דעם 21טן אַפּריל 2020 האָט דער דעלעגאַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
קולטור־קאַלענדאַר אויף מערץ אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
דער קאָראָנאַװירוס־גלאָסאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע coronavirus pandemic די קאָראָ֜נאַ־ווי֜רוס־פּאַנדעמיע [DI KORÓNA-VÍRUS-PANDÉMYE]containment zone די אײַ֜נהאַלט־<אײַ֜נצאַם־>זאָ֜נע, ־ס[DI ÁYNHALT-<ÁYNTSAM->ZÓNE, -S] cordon off...
אָפּשאַפֿונג פֿון אונדזערע אימפּרעזעס מחמת דער קאָראָנאַװירוס־עפּידעמיע װערן אַלע אימפּרעזעס פֿון דער אינסטאַנץ אָפּגעשאַפֿן אָדער אָפּגעלײגט ביז דער ספעציִעלער מעלדונג....
23.6 תּלמידים פֿון נ. ליפֿשיץ זינגען אין תּל־אָבֿיבֿ דינסטיק, דעם 23טן יוני 2020 (די דאַטע האָט זיך געענדערט), 19:30 אַ זייגער, אינעם...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


אינעם יאָר 2016 מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז אַרויס אַ בוך לידער פֿונעם דיכטער דבֿ־בער קערלער (זײַן פּען־נאָמען איז באָריס קאַרלאָוו) "אָנגעצויגענע סטרונע".

דאָס בוך, אויסגעפֿורעמט פֿונעם קינסטלער משה הימיין, איז אַ טייל פֿון דער סעריע "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור". קוועטשט דאָ כּדי צו זען די גאַנצע אויסגאַבע.

אינעם אַשקלונער קולטור־פּאַלאַץ איז דעם 1טן נאָוועמבער 2016, אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, פֿאָרגעקומען אַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע לידער "לאָמיר אַלע אין אײנעם".

עס האָבן זיך באַטייליקט די אַנסאַמבלען: "די גאַסן־טריאָ" און "דער ייִדישער עלעקטריק־באַנד" מיט סאָליסטקעס – די שוועסטער רײַפֿער. די לייטערס זענען געווען בראָניסלאַוואַ קאַזאַנצעוואַ און סלאַוואַ גראָדזינסקי.

FLYER 02ashk1.11.2016

ahk1.11.16

אינעם יאָר 2016 מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז אַרויס אַ בוך לידער פֿונעם דיכטער זיסי ווייצמאַן "אַ פֿריילעכער רעגן".

דאָס בוך, אויסגעפֿורעמט פֿונעם קינסטלער משה הימיין, איז אַ טייל פֿון דער סעריע "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור". קוועטשט דאָ כּדי צו זען די גאַנצע אויסגאַבע.

האַרבסטצײַט 2016סטן יאָר, לויט דער איניציאַטיוו פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, הייבט זיך אָן אַ בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט מיטן ישׂראלדיקן צענטער פֿאַר גײַסטיקער און סאָציאַלער שטיצע פֿאַר מענטשן, וואָס זענען געבליבן לעבן אינעם חורבן, און פֿאַר זייערע קינדער: "עמך – המרכז הישראלי לתמיכה נפשית וחברתית בניצולי השואה והדור השני".

דער פּראָיעקט שליסט אײַן קאָנצערטן און אַנדערע קולטור־אימפּרעזעס פֿאַר די ייִדיש־רעדנדיקע, װאָס קומען פֿאָר אין "עמך"־קלובן אין די שטעט: אַשקלון, באר־שבֿע, חולון, ירושלים, נתניה, פּתּח־תּקווה, רחובות, רמת־גן און תּל־אָבֿיבֿ.

amcha

אינעם יאָר 2016 מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז אַרויס אַ בוך קורצע דערציילונגען פֿון דער שרײַבערין און זשורנאַליסטקע עפֿרה אליגון "אַ דאַמע מיט בלומען".

דאָס בוך, אויסגעפֿורעמט פֿונעם קינסטלער משה הימיין, איז אַ טייל פֿון דער סעריע "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור". קוועטשט דאָ כּדי צו זען די גאַנצע אויסגאַבע.

מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז אַרויס אַ קאַלענדאַר פֿאַרן ייִדישן יאָר תשע"ז (2017/2016) מיט פּאָרטרעטן און לידער פֿון 12 ייִדישע דיכטערס, באַגלייט מיט איבערזעצונג אױף העברעיִש.

עטלעכע זײַטלעך פֿון דער אויסגאַבע קאָן מען זען דאָ.

krug

אינעם יאָר 2016 מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז אַרויס אַ בוך דערציילונגען פֿונעם שרײַבער און אַקטיאָר הערשל־צבֿי כּנר "דער קלאָון פֿון אוישוויץ".

דאָס בוך, אויסגעפֿורעמט פֿונעם קינסטלער משה הימיין, איז אַ טייל פֿון דער סעריע "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור". קוועטשט כּדי צו זען די גאַנצע אויסגאַבע. 

דינסטיק, דעם 7טן סעפּטעמבער 2016, 11:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט זיך דערעפֿענען אַ נײַער טעטיקייט־סעזאָן.

פּראָפֿ' נתּי כּהן פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט וועט רעפֿערירן אויף דער טעמע "וואָס האָבן ייִדן געלייענט מיט 120 יאָר צוריק?". אינעם קינסטלערישן טייל װעט אױפֿטרעטן די זינגערין ווירע לאָזינסקי, באַגלייט פֿון דער פּיאַניסטין און אַראַנזשירערין רעגינאַ דריקער. די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

צוויי וואָכן שפּעטער, דעם 21סטן סעפּטעמבער, וועט דאָרט פֿאָרקומען די לעקציע פֿונעם אַנדערן  בר־אילן־פּראָפֿעסאָר, דבֿ־בער קאָטלערמאַן׃ "די לעצטע טעג פֿון דער נסתּר". זי איז געווידמעט איינעם פֿון די געהיימנישפֿולסטע ייִדישע שרײַבערס - דעם נסתּר (פּנחס קאַהאַנאָוויטש). אינעם קינסטלערישן טייל - די זינגערין אסתּי ניסים.

מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

דעם 16טן יוני 2016 איז אינעם אַשקלונער קאָנגרעסן־צענטער צום 20סטן מאָל פֿאָרגעקומען אַ יערלעכער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן. הײַ־יאָר זײַנען אַהער אָנגעקומען העכער 20 קאָלעקטיוון, צווישן זיי קינדערשע, פֿון אַלע עקן מדינת־ ישׂראל. די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

אויף די בילדער: אַשקלונער אַנסאַמבל "כּינור־דוד"; חיפֿהר כאָר "ליליע".

kanor david

mekhalet lilia haifa

 

 

דינסטיק, דעם 13טן סעפּטעמבער 2016, 17:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־מיטשעל" (מאַנדלשטאַם־גאַס 12, צפֿון תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער אויסגעפֿירט פֿון דער זינגערין דזשעני לדור.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. 

מער פּרטים באַקומט מען בײַ דער קלוב־קאָאָרדינאַטאָרין אסתּר נאַדל דורכן טעלעפֿאָן 03-6058395.

דאָנערשטיק, דעם 8טן סעפּטעמבער 2016, 11:00 אַ זייגער, אינעם צענטער "סב" (ליבֿנה־גאַס 2, נצרת־עלית) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין עמאַ יוסים, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט וואַלערי איזשיאַן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-6318107.

דינסטיק, דעם 13טן סעפּטעמבער 2016, 10:30 אַ זייגער אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם אַקטיאָר און זינגער מענדי כּהנא, דער גרינדער פֿונעם קולטור־צענטער "יונג ייִדיש".

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ מירית לענדערער דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

מאָנטיק, דעם 26סטן סעפּטעמבער 2016, 11:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־נגלר" אין קרית־חיים (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, חיפֿה) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין ווירע לאָזינסקי, באַגלייט פֿון דער פּיאַניסטין און אַראַנזשירערין רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורכן טעלעפֿאָן 054-6528265.

26.09 קאָנצערט פֿון ווירע לאָזינסקי אין קרית־חיים

מאָנטיק, דעם 26סטן סעפּטעמבער 2016, 11:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־נגלר" אין קרית־חיים (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, חיפֿה) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין ווירע לאָזינסקי, באַגלייט פֿון דער פּיאַניסטין און אַראַנזשירערין רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורכן טעלעפֿאָן 054-6528265.

דעם 6טן יוני 2016 זענען די רעננהר ייִדיש־ליבהאָבערס אַרויסגעגאנגען אויף דער עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון תּל־אָבֿיבֿ מיטן וועגווײַזער יעד בירן. די עקסקורסיע, אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, איז פֿילמירט, און אויף איר באַזע איז צוגעגרייט געוואָרן אַ דאָקומענטאַלער פֿילם. זײַן אינטערנעץ־אַדרעס איז https://www.youtube.com/watch?v=_O2W07S2wuc

מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז פּראָדוצירט געוואָרן אַ קורצער פֿילם, באַזירט אויף קינדער־ביכער פֿון די בעסטע ייִדישע דיכטערס. זײַן אינטערנעץ־אַדרעס איז https://www.youtube.com/embed/rZmkQrdkBs4

אַ נײַע גרופּע סטודענטן, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט פֿאָרשונגען אין ייִדישער לינגוויסטיק, ליטעראַטור, געשיכטע, קונסט אאַ"וו, האָט באַקומען סטיפּענדיעס פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

אויף די בילדער: די פֿאָרזיצערין פֿון דער אינסטאַנץ, ד"ר שׂרה זיו, דערלאַנגט די סטיפּענדיעס צו:

A2

שירי שפּירא

 

A1

רעות גולני

 

A3

אליהו פֿורמאַן

 די פֿולע סטיפּענדיאַטן־רשימה ווערט פֿאַרעפֿנטלעכט דאָ.

מיטוואָך, דעם 29סטן יוני 2016, 11:00 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער ייִדישער זינגערין בבֿת [באַוואַט] מרום, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט אייל באַט און פֿון דער פֿידלערין חיה ליבֿני.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

דינסטיק, דעם 28סטן יוני 2016, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קרײַז פֿונעם מושבֿ גן־שורק וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די שוועסטער סלאַוואַ און זאָפֿיאַ רײַפֿער. זיי וועלן אויספֿירן לידער אויף ייִדיש, העברעיִש און פּויליש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דעם קלובס קאָאָרדינאַטאָרין, לאה אשרי, דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.

דינסטיק, דעם 7טן יוני 2016, 11:00 אַ זייגער, אין דער הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" )סירקין־גאַס 17) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין ווירע לאָזינסקי, באַגלייט פֿון דער פּיאַניסטין און אַראַנזשירערין רעגינע דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קאָאָרדינאַטאָרין עלקע שובֿל דורך די טעלעפֿאָנען 052-6776894, 09-9501812.

דאָנערשטיק, דעם 2טן יוני 2016, 17:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט מישע בלעכעראָוויטש. ער וועט אויפֿטרעטן מיט זײַן אַנסאַמבל פֿונעם ייִדישן ליד.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-6650183.

דינסטיק, דעם 6טן יוני 2016, 9:00 אַ זייגער אין דער פֿרי, גייען די רעננהר ייִדיש־ליבהאָבערס אַרויס אויף דער עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון תּל־אָבֿיבֿ.

דער וועגווײַזער איז יעד בירן. מען טרעפֿט זיך אינעם קלוב "די גאָלדענע עלטער" ("גיל הזהב"), דער אַדרעס: אופסטרלנד־גאַס 3, רעננה.

די עקסקורסיע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7431614

דינסטיק, דעם 26סטן מאַי 2016, 19:00 אַ זייגער אינעם נתּניהר קלוב "מרכז דוד" (אחימאיר־גאַס 9) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם אַקטיאָר און זינגער יעקבֿ שפּירא.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לייבל באָטוויניק דורכ די טעלעפֿאָנען 09-8826332, 054-5377729.