14.6.2022 אימפּרעזע אין תּל־אָבֿיבֿ אין זכר פֿון אַננאַ מאַרגאָלין

דינסטיק, דעם 14 יוני 2022, 19:00 אַ זייגער, פֿירן מיר דורך אַן אוונט געווידמעט דעם 70סטן יאָרצײַט פֿון דער דיכטערין אַננאַ מאַרגאָלין.
די אימפּרעזע וועט זײַן אינעם צענטער "ברוֹדט" אויף דער צייטלין־גאַס, 22 אין תּל־אָבֿיבֿ. אַרײַנגאַנג איז פֿרײַ, מע דאַרף זיך אָבער רעגיסטרירן פֿאַר פֿריִער דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325 אָדער בליצפּאָסט yiddish@yidreshut.co.il
אין פּראָגראַם: אַ לעקציע "אַננאַ מאַרגאָלינס פֿיל פּנימער" פֿון פּראָפֿ' קרן אלקלעי־גוט; אַ קאָנצערט פֿון אַננאַ מאַרגאָלינס לידער אויסגעפֿירט פֿון פון די מיטגלידער פֿון דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ ע"ה
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











