6.11.2022 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין הרצליה
זונטיק, דעם 6טן נאָוועמבער 2022, 16:00 אַ זייגער, אין דעם הרצליהר פּענסיאָנערן־קלוב (סירקין־גאַס, 6) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער מיכאל גײַסינסקי.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-9511612
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











