Skip to main content
די ייִדישע ליטעראַטור־קלאַסיקערס: שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, מענדעלע מוכר־ספֿרים
ייִדישע לידער האָבן געוווּנען אינטערנאַציאָנאַלע פּאָפּולערקייט
ייִדיש איז אַנטשטאַנען אינעם 10־טן יאָרהונדערט אויף דער טעריטאָריע פֿון איצטיקן מערבֿ־דײַטשלאַנד
ייִדישע ווערטערביכער: געדרוקטע און קאָמפּיוטעריזירטע

נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור

גראַמאַטיק

גראַמאַטיק

קינאָ אויף ייִדיש

קינאָ אויף ייִדיש

אַקאַדעמישע קורסן

אַקאַדעמישע קורסן

פּראָזע

פּראָזע

ראַדיאָ

ראַדיאָ

לערנשטאָף

לערנשטאָף

סטאַטיסטיק

סטאַטיסטיק

טעאַטער

טעאַטער

קורסן פֿאַר אַלעמען

קורסן פֿאַר אַלעמען

אינסטיטוציעס אויסער מדינת־ישׂראל

אינסטיטוציעס אויסער מדינת־ישׂראל

    נאָוועמבער 2026-יוני 2027:אימפּרעזעס אינעם מוזיי "אַנו",תּל־אבֿיבֿ

    מיר לאַדן אײַך אײַן זיך צו באַזוכן אין אַ סעריע אונטערנעמונגען אינעם מוזיי פֿונעם ייִדישן פֿאָלק "אַנו", וואָס געפֿינט זיך אויפֿן קאַמפּוס פֿון תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט.

    די טעמע: "אַ נײַער בליק אויף דער אַלטער וועלט – ייִדן פֿון מזרח־אייראָפּע: בילדער פֿון לעבן".

    די באַגעגענישן מיט פֿירנדיקע לעקטאָרן און קינסטלער וועלן פֿאָרקומען איין מאָל אַ חודש, פֿונעם 20סטן נאָוועמבער 2026 ביזן 4טן יוני 2027, פֿרײַטיק פֿון 9:00 ביז 11:00 אָ זייגער.

    די ייִדישע פֿאַרגאַנגענהייט אין מזרח־אייראָפּע ווערט כּסדר אַנטדעקט אויף ס'נײַ: אַ פֿריש ליכט אויף דער וועלט, וואָס איז געווען אַמאָל.

    פֿאַרלוירענע אוצרות, וואָס זענען פֿאַרשוווּנדן און ווידער אַנטדעקט געוואָרן אין די לעצטע יאָרן, עוואָלוציע פֿון לידער און ניגונים, די ייִדישע וואַרשע פֿון אַמאָל, זעלטענע און נײַע פֿילמען, מאָדע און אינעווייניקסטער דיזײַן, און די פֿאַרפּלאָנטערטע געשיכטע פֿון ייִדיש – דאָס אַלץ זענען בלויז עטלעכע פֿון די חידושים און פֿאָרשונג־רעזולטאַטן פֿון דער לעצטער תּקופֿה.

    באַקומען פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פּראָגראַם און זיך פֿאַרשרײַבן קאָן מען אויפֿן וועבזײַטל https://anumuseum.org.il/he/events/old-new-world

    כּדי זיך צו רעגיסטרירן, קלינגט אָן 073-2563309 אָדער שיקט אַ ידיעה דורך וואַטסאַפּ אויף 03-5008080. כּדי צו קריגן דעם 10-פּראָצענטיקן ראַבאַט, ביטע אידענטיפֿיצירט זיך ווי "פֿרײַנד פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור".

    צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

     צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
    טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

    נייַעס

      לייענזאַל

      olam kria