21.10.2026 באַגעגעניש פֿון שול־פֿרײַנד אין תּל-אבֿיבֿער ווילנע־הויז
מיטוואָך, דעם 21סטן אָקטאָבער 2026, 11:00 אַ זייגער, וועט אין "בית וילנה והסביבה" ("הויז פֿון ווילנע און איר אומגעגנט", דער אַדרעס: יהודית־בולוואַר 30, תּל־אבֿיבֿ) פֿאָרקומען אַ באַגעגעניש פֿון אַלטע שול־פֿרײַנד, ווי אויך פֿון אַנדערע קענער און ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

די פּראָגראַם נעמט אַרײַן זכרונות, חבֿרישע שמועסן, געזאַנג און קאַווע. אָנפֿירער - לייבל באָטוויניק.
דער אָנטייל־אָפּצאָל איז 40 שקלים. רעזערווירט אײַערע פּלעצער דורך די טעלעפֿאָנען 03-5616706, 052-8846726.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

























