6.10.2026 לאָמיר כאַפּן אַ שמועס אויף מאַמע־לשון מיט דניאל גלאי
דינסטיק, דעם 6טן אָקטאָבער 2026, 18:00 אַ זייגער (ישׂראל), וועט פֿאָרקומען דורך זום אַ שמועס אויף מאַמע־לשון אין קלײנע גרופּעס. עס פֿירט אָן דניאל גלאַי.
די טעמע: ייִדיש־ראַדיאָ אין ישׂראל און בכלל.

אײַנטריט פֿרײַ, אַלע זענען פֿאַרבעטן!
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט פֿונעם "לייוויק־הויז" מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
פֿאַרשרײַבט זיך דאָ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

























