13.7.2026 שפּאַציר: ווי אַזוי לעבן ייִדיש־רעדנערינס אין ירושלים
מיר לאַדן אײַך אײַן טיילצונעמען אינעם שפּאַציר איבער ירושלים, געטייטלט "ווען ציפּע טרעפֿט גיטל". דאָס וועט זײַן אַ צופֿוס־רײַזע דורך קיכן, קראָמען און וואַרשטאַטן פֿון די אײַנווינערינס פֿון דער אַלטער שטאָט.
בעתן שפּאַציר וועלן מיר זיך באַקענען מיט לעבעדיקע אונטערנעמערינס, אמתע צדיקות, געערטע אַקושערקעס און פֿרומע אַלמנות. דאָס אַלץ איז געווירצט מיט אַ ייִדיש ווערטל מיט אַלט־ירושלימער טעם.
די עקסקורסיע, געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, וועט זיך אָנהייבן מאָנטיק, דעם 28סטן תּמוז תשפ"ו / 13טן יולי 2026, 16:00 אַ זייגער.

דער שפּאַציר ווערט אָנגעפֿירט פֿון פֿרוי תּמר הירדני.
כּדי זיך צו רעגיסטרירן, קוועטשט דאָ: https://secure.cardcom.solutions/e/LVtYlDsab0OcrFmuyi5Tog
פֿאַר ווײַטערדיקע פּרטים ווענדט זיך אינעם מוזיי "חצר הישוב הישן" (הויף פֿונעם אַלטן ישובֿ). זײַן אַדרעס איז: אור־החיים־גאַס 6, ייִדישער קוואַרטאל פֿון ירושלימער אַלטער שטאָט. טעלעפֿאָנען: 02-6276319 , 052-4002478.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
























