יולי-אויגוסט 2026: מע לערנט זיך שעפֿעריש שרײַבן אין ירושלים
מיר זײַנען שטאָלץ צו לאַנסירן אַ באַזונדערן פּראָיעקט בשותּפֿותדיק מיטן זשורנאַל פֿון ישׂראלדיקער פּאָעזיע "משיבֿ הרוח".
דאָס איז אַ לימוד־פּראָגראַם פֿונעם שעפֿערישן שרײַבן, אין וועלכער הײַנטצײַטיקע פּאָעטן פֿירן אַ לעבעדיקן דיאַלאָג מיט ייִדישע דיכטער פֿון פֿאַרגאַנגענהייט - און שאַפֿן אַלײן אין רוח פֿון זייערע סטילן און מחשבֿות, זײַנען ממשיך די גאָלדענע קייט.

איר ווערט פֿאַרבעטן זיך אָנצושליסן צו דער אונטערנעמונג, וואָס פּרוּווט צו פֿאַראייביקן די ייִדישע קולטור דורך אַ טיפֿער, אָנגייענדיקער באַשעפֿטיקונג מיט ייִדישער פּאָעזיע, דורכן לייענען סײַ אָריגינעלע ייִדישע טעקסטן פֿון מער און ווייניקער באוווּסטע דיכטער, סײַ זייערע איבערזעצונגען.
דער קורס אַנטהאַלט 6 באַגעגענישן אין יולי און אויגוסט 2026, מיטוואָך פֿון 19:00 ביז 21:00 אַ זייגער, אין בית רשות הרבים (אַהרן־ראַבינאָוויטש־גאַס 33, ירושלים).
די אָנפֿירערס: דיכטערין בכל סרלואי; איבערזעצער און ליטעראַטור־פֿאָרשער בני מער (מייערסדאָרף).
די איניציאַטיוו איז געצילט אַרויסצוברענגען די ייִדישע קולטור פֿון שטויביקע ביכער־שאַפֿעס און פּאָליצעס אין אַ לעבעדיקן רוים, וווּ הײַנטצײַטיקע פּאָעטן גייען אין די פֿוסטריט פֿון ייִדישע שעפֿער און פֿירן דעם צווישן־דורותדיקן דיאַלאָג, דערמיט פֿאַרוואַנדלענדיק ייִדיש אין אַן אַקטיווער פּאָעטישער שפּראַך אין מאָדערנער מדינת-ישׂראל.
די פֿאַרבינדונג צום קריגן פּרטים און פֿאַרשרײַבן זיך: קוועטשט
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
























