צוזאַמענטרעף פֿון ישׂראלדיקע ייִדישע כאָרן אין אַשקלון 25.6.2026

דער טראַדיציאָנעלער יערלעכער צוזאַמענטרעף פֿון ייִדישע כאָרן פֿון פֿאַרשיידענע ישׂראלדיקע שטעט איז פֿאָרגעקומען דאָנערשטיק, דעם 25סטן יוני 2026, 18:00 אַ זייגער, אינעם אינטערנאַציאָנאַלן קאָנגרעסן־צענטער בײַם אַשקלונער קאָלעדזש.

עס האָבן אָנטיילגענומען אויך קינדער־כאָרן. רעזשיסאָר - מיכאל לײַנוואַנד.
די אימפּרעזע איז אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
























