17.5.2026 רעקאָרדירונג פֿונעם רעפֿעראַט וועגן ייִדישע קללות
דינסטיק, דעם 17טן מײַ 2026, 20:00 אַ זייגער (ישׂראל), האָט די לעקטאָרשע פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט ורד קאָפּל דערלאַנגט אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע "זאַפֿטיקע ייִדישע קללות".
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אין גערעם פֿון די אַקטיוויטעטן פֿונעם מוזיי "חצר הישוב הישן" און געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
מחמת דעם גוואַלטיקן נאָכפֿרעג האָבן ניט אַלע מצליח געווען זיך צו פֿאַרבינדן צום "זום".
צום גליק, איז דער אָוונט רעקאָרדירט געוואָרן. אָט איז די פֿאַרבינדונג: https://youtu.be/CutPCNYDY2A?si=l4DtsMoaH_9_YxxY
אויף אונדזער יוטיוב־קאַנאַל געפֿינען זיך נאָך אַ סך אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן!
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
























