30.11.2025 פֿעסטיוואַל "ייִדיש אויף אייביק" אין אַשדוד
דער פֿעסטיוואַל "ייִדיש אויף אייביק" מיט די באַקאַנטע זינגערס סאַמסאָן קעמלמאַכער און יוליאַ פֿעלדשעראָוויטש וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 30סטן נאָוועמבער 2025, 18:00 אַ זייגער אינעם זאַל "בית־תּמר" (הגנה־גאַס 2, אַשדוד).
די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
די בילעטן באַשטעלט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-7869630.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
