מיר פֿרייען זיך מיטצוטיילן די תּושבֿים פֿון חיפֿה און אַנדערע צפֿונדיקע ראַיאָנען פֿון מדינת־ישׂראל, אַז אויך אין אײַער אומגעגנט וועט פֿאָרקומען אַ ייִדישער קאָנצערט.
דינסטיק, דעם 21סטן אָקטאָבער 2025, 18:00 אַ זייגער, אין חיפֿהר קהילה־צענטער "בית היינה" ("הײַנע־הויז", קאָנגרעס־גאַס 43א, קרית־חיים), וועט די זינגערין שיראל דאַשעווסקי (סאָפּראַנאָ) אויפֿטרעטן מיט דער פּראָגראַם "ניגונים לעד'' ("ניגונים אויף אייביק").

די פּראָגראַם באַשטייט פֿון יואל ענגעלס ווערק און פּאָפּולערע ייִדישע לידער. די פּיאַנע-באַגלייטונג: יורי פּאָוואָלאָצקי.
די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באָקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 04-8413735.
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
