21.10.2025 פֿילם־אָוונט אין תּ"א מיט דער זינגערין חוה אַלבערשטיין
דינסטיק, דעם 21סטן אָקטאָבער 2025, 18:00 אַ זייגער ווערט אינעם תּל־אבֿיבֿער מוזיי "אַנו", זאבֿי־זאַל, דורכגעפֿירט אַ ספּעציעלער אָוונט געווידמעט דעם פֿילם וועגן ייִדישע שרײַבערס אין ישׂראל: "מוקדם מדי לשתוק מאוחר מדי" ("צו פֿרי צו שווײַגן צו שפּעט).
סײַ אינעם פֿילם, סײַ אינעם אָוונט נעמט אָנטייל די זינגערין חוה אַלבערשטיין.
נאָך דעם פֿילמס דעמאָנסטרירונג וועט פֿאָרקומען אַ שמועס צווישן ח' אַלבערשטיין און דער פּראָפֿעסאָרין חנה פּאָלין־גלאי.

אַרײַנגאַנג פֿרײַ, מע דאַרף זיך אָבער פֿאַרשרײַבן פֿאַר פֿריִער דורך בליצפּאָסט yiddish1@tauex.tau.ac.il
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
