22.10.2025 פֿעסטיוואַל פֿון אַמאַטאָרישע כאָרן אין צפֿת
מיר פֿאַרבעטן אײַך אויפֿן אַל־ישׂראלדיקן פֿעסטיוואַל פֿון אַמאַטאָרישע כאָרן, וואָס וועט פֿאָרקומען אין צפֿת, אינעם יגאל־אלון־הויז, מיטוואָך דעם 22סטן אָקטאָבער 2025, 14:00 אַ זייגער.
די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באָקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 052-5677545.

אַרײַנגאַנג פֿרײַ, הבה נשיר חברים – לאָמיר אַלע זינגען!
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
