12.11.2025 אין תּל־אבֿיבֿ - צוטיילונג פֿונעם לעבנס־אויפֿטו־פּרײַז
די צוטיילונג פֿון יערלעכע פּרײַזן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרן יאָר 2025 איז פֿאָרגעקומען מיטוואָך, דעם 12טן נאָוועמבער 2025, אינעם תּל־אבֿיבֿער מוזיי "אנו", וואָס געפֿינט זיך אינעם קאַמפּוס פֿונעם תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט.
דאָ זײַנען די פֿאָטאָגראפיעס פֿון דער דאָזיקער צערעמאָניע.

מיכאל ליינוואַנד - קאָמפּאָזיטאָר, דיכטער, דיריגענט, פּעדאַגאָג און פֿאָלקלאָר־פֿאָרשער - באַקומט דעם לעבנס־אויפֿטו־פּרײַז פֿאַרן יאָר תשפ"ה – 2025 אויפֿן געביט פֿון מוזיקאַלישער קונסט.


די טאָכטער פֿונעם דיכטער, איבערזעצער און רעדאַקטאָר יהודה גור־אריה באַקומט אין זײַן נאָמען דעם לעבנס־אויפֿטו־פּרײַז פֿאַרן יאָר תשפ"ה – 2025 אויפֿן געביט פֿון שעפֿערישער איבערזעצונג.

די לערערין לאה סקיבאַ באַקומט דעם ערן־צערטיפֿיקאַט אויפֿן געביט פֿון בילדונג פֿאַרן יאָר תשפ"ה – 2025 פֿאַר מײַסטערישן שפּראַך־אונטערריכט און פֿאַרפֿאַסונג פֿון ייִדיש־לערנביכער.
אין דער קינסטלערישער פּראָגראַם האָבן אָנטיילגענומען:
די זינגערין ווירע לאָזינסקי;

די קינדער־קאַפּעליע "כּינור דוד";

די כּלי־זמרים : צמד הוירטואזים.

די צערעמאָניע האָט מען טראַנסמיטירט און רעקאָרדירט אויפֿן יו־טיוב. פֿאַרבינדונג: https://www.youtube.com/watch?v=SDUEECs4qmE&pp=0gcJCQMKAYcqIYzv
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
