שילערס פֿון קרית־אונו ווײַזן "פֿידלער אויפֿן דאַך": אויף יוטיוב
פֿרײַטיק, עם 6טן יוני 2025, האָבן די שילערס פֿון דער מוזיקאַלישער ספּעציאַליזאַציע, וואָס עקזיסטירט בײַ דער גימנאַזיע (מיטלשול) אויפֿן נאָמען פֿון יצחק בן־צבֿי אין קרית־אונו, באַוויזן דעם מיוזיקל "דעם פֿידלער אויפֿן דאַך" אויף ייִדיש.
איצט קאָנט איר זען די פֿאָרשטעלונג. די פֿאַרבינדונג אויף אונדזער יוטיוב־קאַנאַל: https://www.youtube.com/watch?v=cE512EH89TA
דער מוזיקאַלישער קלאַס ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
דריקט אויף דער פֿאַרבינדונג און לייענט דעם אַרטיקל וועגן דער פֿאָרשטעלונג, געשריבן פֿון איתן אלחדז ברק: "דאָס שטעטל אין קרית־אונו: ווי אַזוי האָט דער דור פֿון אייניקלעך זײַן קול אויף ייִדיש".
דער רעפּאָרטאַזש איז אילוסטרירט מיט בילדער און אַ ווידעאָ־אויסצוג, פֿאָטאָגראַפֿירט פֿון אלחדז ברק
די פֿאָרשטעלונג איז פֿאָרגעקומען אינעם "מוזיק־הויז" אױפֿן אַדרעס: לאָדערדייל־לייקס־פּלאַץ, "בית־המוזיקה" זאַל נומ' 140, קרית־אונו.
נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 052-3353548.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325