17.8.2025 רעקאָרדירונג פֿונעם אָוונט לכּבֿוד ביילע בריקס־קליין ע"ה
זונטיק, דעם 17טן יולי 2025, 19:00 אַ זייגער איז אינעם "שלום־עליכמס הויז" (בערקאָוויטש־גאַס 2, תּל־אַבֿיבֿ) פֿאָרגעקומען אַ ספּעציעלער אָוונט געווידמעט דער ערשטער יאָרצײַט פֿון ביילע בריקס־קליין, אַ טאַלאַנטירטער און אומפֿאַרמאַטערלעכער געזעלשאַפֿטלעכער טוערין, וואָס האָט אויפֿגעטאָן אַ סך לטובֿת ייִדיש און ייִדישער קולטור.
די אימפּרעזע האָט אײַנגעשלאָסן זכרונות, ייִדישע לידער און ווידעאָ־אויסצוגן.
דער אָוונט איז רעקאָרדירט געוואָרן. אָט איז די פֿאַרבינדונג צום יוטיוב: https://youtu.be/b4IDTY1JB5g
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325