מכּוח די ווענדונגען נאָך דער פֿינאַנציעלער שטיצע
די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור לייגט פֿאָר די אַנשטאַלטן און די זעלבשטענדיקע טוערס צו ווענדן זיך נאָך פֿינאַנציעלער שטיצע פֿאַר זייערע פּראָיעקטן, וועמענס ציל איז אָפּצוהיטן די ייִדישע קולטור־ירושה, צו באַקענען די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט מיט דער ייִדישער קולטור אין אַלע אירע פֿאָרמען, צו דערמוטיקן די נײַע קינסטלערישע שאַפֿונגען אויף ייִדיש, צו פּראָפּאַגאַנדירן און סטימולירן די שטודיעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור.

דער לעצטער טערמין פֿאַר די ווענדונגען איז דער 27סטער פֿעברואַר 2026. די פּרטים און פֿאָרמולאַרן געפֿינען זיך דאָ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
