Skip to main content

15.12.2025 שוישפּילער נתן העכט אין הוד־השרון

מאָנטיק, דעם 15טן דעצעמבער 2025, 11:30 אַ זייגער, וועט אינעם ייִדיש־קלוב פֿון הוד־השרון, וואָס געפֿינט זיך אין "בית־המתנדבֿ" (זשאַבאָטינסקי־גאַס, 7), אויפֿטרעטן אַן אַקטיאָר פֿונעם טעאַטער "ייִדישפּיל" נתן העכט.

natan hext

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. פּרטים באַקומט מען בײַ דער קאָאָרדינאַטאָרין פֿונעם קלוב, לאה זקהם גאָלדפֿאַרב, דורכן טעלעפֿאָן 051-5909766.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria