Skip to main content

מכּוח די ווענדונגען נאָך דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דער אינסטאַנץ

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור לייגט פֿאָר די אַנשטאַלטן און די זעלבשטענדיקע טוערס צו ווענדן זיך נאָך פֿינאַנציעלער שטיצע פֿאַר פּראָיעקטן, וועמענס ציל איז אָפּצוהיטן די ייִדישע קולטור־ירושה, צו באַקענען די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט מיט דער ייִדישער קולטור אין אַלע אירע פֿאָרמען, צו דערמוטיקן די נײַע קינסטלערישע שאַפֿונגען אויף ייִדיש, צו פּראָפּאַגאַנדירן און סטימולירן די שטודיעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור.

 

ווער קען באַקומען די שטיצע?

די קערפּערס, וועלכע זײַנען באַשעפֿטיקט מיט דער טעטיקײַט לטובֿת דער געזעלשאַפֿט און שטימען מיט די קומענדיקע קריטעריעס:

1. אַנשטאַלטן און גרופּעס אָן אַ רװח־ציל, אײַנשליסנדיק די בילדונגס־אינסטיטוציעס, וועלכע זײַנען באַשעפֿטיקט אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קולטור;

2. גרופּעס אָן אַ רװח־ציל, וועלכע זײַנען נישט רעגיסטרירט װי אַנשטאַלטן, אָבער סיסטעמאַטיש אַרבעטן אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קולטור;

3. די זעלבשטענדיקע קולטור־טוערס און קינסטלערס, װעלכע אַרבעטן אָן אַ רווח־צװעק און זײַנען כּסדר טעטיק אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קולטור.

צוגאָבלעכע תּנאָים

א. דער קאַנדידאַט אַנערקענט די כּלל־ווערטן פֿון מדינת־ישׂראל.

ב. דער קאַנדידאַט איז אַ ישׂראלדיקער בירגער און זײַן טעטיקייט קומט פֿאָר אין מדינת־ישׂראל.

ג. דער קאַנדידאַט איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלער טוער אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קולטור אין משך פֿון װײניקסטנס צװײ לעצטע יאָר, בפֿרט װאָס איז שײך דעם צוגעשטעלטן פּראָיעקט. די נײַע פּראָיעקטן וועט באַהאַנדלען אַ באַזונדערע קאָמיסיע.

ד. די פּראָיעקטן מוזן זײַן אויף אַ געהעריקן ניוואָ און דאַרפֿן האָבן אַ געװיסן באַדײַט אין אָפּהיטן און אַנטוויקלען די ייִדישע קולטור אין ישׂראל.

ה. יעדער פּראָיעקט מוז האָבן אַן אויספֿירלעכן פּלאַן, די גענויע רשימה פֿון אונטערנעמונגען, װי אױך דעם בודזשעט (זעט די בײַגעלייגטן פֿאָרמולאַר).

ו. די שטיצע וועט צוגעטיילט ווערן נאָכן צושטעלן די נייטיקע דאָקומענטן, אָבער נאָר יענע קאַנדידאַטן, וועלכע שטימען מיט די אויבן־דערמאָנטע קריטעריעס און תּנאָים, און וועמענס טעטיקייט שטימט מיט די צילן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

 

ווי אַזוי דערלאַנגט מען אַ ווענדונג?

איין ווענדונג האָט אַ שײַכות צו איין און איינציקן פּראָיעקט.

אַ נײַע ווענדונג פֿון אַן אַנשטאַלט אָדער אַ פּערזאָן, וואָס האָט שױן באַקומען אַ שטיצע אינעם פֿריִערדיקן יאָר, קאָן צוגעשטעלט ווערן בלויז נאָך אַ באַריכט וועגן די רעזולטאַטן פֿון דער פֿאַרענדיקטער סטאַדיע אָדער דעם פֿאַרענדיקטן פּראָיעקט, װאָס איז געװען געשטיצט פֿריִער.

דער קאַנדידאַט דאַרף אױספֿילן דעם בײַגעלייגטן פֿאָרמולאַר פֿאַר די אַנשטאַלטן אָדער פֿאַר די זעלבשטענדיקע טוערס, װי אױך בײַלייגן די נייטיקע דאָקומענטן.      

די נייטיקע שטײַער־דאָקומענטן:

פֿאַר אַנשטאַלטן (1) און אָרגאַניזירטע גרופּעס (2): אַ צײַגעניש פֿונעם רעגיסטרירונג־אַמט פֿון ניט־קאָמערציעלע גרופּעס וועגן דער געזעצלעכער פֿירונג, װי אױך אַ צײַגעניש פֿונעם בוכהאַלטער בנוגע דער בוכפֿירונג;

פֿאַר זעלבשטענדיקע טוערס (3) : אַ צײַגעניש פֿונעם שטײַערן־אַנשטאַלט.

 

באַהאַנדלונג פֿון דער ווענדונג

די ווענדונגען וועלן באַהאַנדלט ווערן פֿון אַ קאָמיסיע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך דער באַהאַנדלונג וועט די קאָמיסיערעקאָמענדירן אונטערשטיצן יענע פּראָיעקטן, וועלכע זײַנען ווערט דערצו, און גלײַך מיט דעם װעט באַשטימט װערן דער פֿאַרנעם פֿון דער שטיצע.

די קאָמיסיע האָט דאָס רעכט זיך צו באַראַטן מיט אויסערלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע קאָנסולטאַנטן לויט דער טעמע פֿונעם פּראָיעקט.

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט דאָס רעכט צו בעטן בײַ דעם קאַנדידאַט צושטעלן אַ קורצע פּרעזענטאַציע פֿאַר די קאָמיסיע־מיטגלידער.

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור וועט שריפֿטלעך מעלדן יעדן קאַנדידאַט וועגן באַפֿרידיקונג אָדער אָפּנייגונג פֿון זײַן בקשה.

די שטיצע ווערט פֿאַרטיילט לויט די פּרינציפּן פֿון קוואַליטעט, שׂכל־הישר און גלײַכבאַרעכטיקונג אין הסכּם מיט די בודזשעט־באַגרענעצונגען פֿון דער אינסטאַנץ.

די באַשטעטיקטע שטיצע וועט איבערגעגעבן ווערן דעם קאַנדידאַט נאָך דעם, ווי די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור וועט באַקומען דעם אַנטשפּרעכיקן בודזשעט פֿונעם ישׂראלדיקן קולטור־מיניסעריום.

דער יערלעכער פֿאַרנעם פֿון דער שטיצע מצד דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור קאָן נישט איבערשטײַגן 50 פּראָצענט פֿונעם אַלגעמײנעם בודזשעט פֿון דעם באַשטימטן פּראָיעקט.

 

פֿאַרפֿליכטונגען פֿון די שטיצע־געװינערס

א. מען איז מחויבֿ אָנווײַזן דעם נאָמען און לאָגאָ פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אומעטום, וווּ דער געשטיצטער פּראָיעקט ווערט דערמאָנט, אײַנשליסנדיק די אינטערנעץ־זײַטלעך;

ב. מען איז מחויבֿ צושטעלן אַ צווישן־באַריכט וועגן דעם מצבֿ פֿונעם פּראָיעקט יעדעס מאָל, װען די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור וועט נאָר פֿאָדערן;

ג. בײַם סוף אַרבעט איבערן פּראָעקט, איז מען מחויבֿ צו דערלאַנגען דער נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אַ באַריכט, אָדער צושטעלן צוויי קאָפּיעס פֿונעם פֿאַרטיקן פּראָיעקט;

ד. מען איז מחויבֿ דערמעגלעכן די באַזוכן פֿון די אינסטאַנץ־פֿאָרשטייערס בעת דער אַרבעט איבערן פּראָיעקט, אויב די אינסטאַנץ וועט עס פֿאַרלאַנגען;

ה. מען איז מחויבֿ אומקערן די סומע פֿון דער שטיצע אין אַ פֿאַל, װען דער פּראָיעקט איז ניט פֿאַרענדיקט געוואָרן.

בעת באקומען די שטיצע מוז מען אונטערשרײַבן דעם פֿאַרפֿליכטונג־פֿאָרמולאַר.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria