3.12.2025 זינגט אָלגאַ מיעלעשטשוק אין ירושלים
מיטוואָך, דעם 3טן דעצעמבער 2025, 18:30 אַ זייגער אינעם זאַל "בית־יהודית" (עמק־רפֿאים־גאַס 2, ירושלים) וועט אויפֿטרעטן די זינגערין אָלגאַ אבֿיגיל מיעלעשטשוק.

דאָס איז אַ טייל פֿונעם ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר אין דער הויפּטשטאָט מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
פּרטים און בילעטן קריגט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-5664144.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
