חנוכּה אין אַשדוד מיט ייִדישע לידער
מיר פֿאַרבעטן אײַך צו פּראַווען דעם יום־טובֿ חנוכּה אין אַשדוד!
דינסטיק, דעם 16טן דעצעמבער 2025, 18:30 אַ זייגער וועט אינעם קהילה־צענטער (מתּנ"ס) פֿונעם קוואַרטאַל ט' (ראשון־לציון־גאַס 4, אַשדוד) פֿאָרקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט מיט ייִדישע לידער "לחיים ייִדעלעך". עס באַטייליקן זיך: די זינגערין יוליאַ פֿעלדשעראָוויטש, דער קלאַוויאַטור־שפּילער איגאָר אָסטראָווסקי און די קאַפּעליע "שלום" פֿון מודיעין, באַגלייט פֿון דער פּיאַניסטין נינאַ קאָנטאַרענקאָ.

דער פּרײַז איז 70 שקלים, אײַנשליסנדיק דעם כּיבוד.
די בילעטן באַשטעלט מען דורך דעם טעלעפֿאָן 08-8541158 אָדער דער פֿאַרבינדונג.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
