Skip to main content
די ייִדישע ליטעראַטור־קלאַסיקערס: שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, מענדעלע מוכר־ספֿרים
ייִדישע לידער האָבן געוווּנען אינטערנאַציאָנאַלע פּאָפּולערקייט
ייִדיש איז אַנטשטאַנען אינעם 10־טן יאָרהונדערט אויף דער טעריטאָריע פֿון איצטיקן מערבֿ־דײַטשלאַנד
ייִדישע ווערטערביכער: געדרוקטע און קאָמפּיוטעריזירטע

נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור

גראַמאַטיק

גראַמאַטיק

קינאָ אויף ייִדיש

קינאָ אויף ייִדיש

אַקאַדעמישע קורסן

אַקאַדעמישע קורסן

פּראָזע

פּראָזע

ראַדיאָ

ראַדיאָ

לערנשטאָף

לערנשטאָף

סטאַטיסטיק

סטאַטיסטיק

טעאַטער

טעאַטער

קורסן פֿאַר אַלעמען

קורסן פֿאַר אַלעמען

אינסטיטוציעס אויסער מדינת־ישׂראל

אינסטיטוציעס אויסער מדינת־ישׂראל

    יעקבֿ גלאַטשטיין: רעד צו מיר ייִדיש

     יעקבֿ גלאַטשטיין

    yankev glatstein

    רעד צו מיר ייִדיש

    רעד צו מיר ייִדיש, מײַן ייִדיש לאַנד, 

    און איך וועל צו דיר רעדן עבֿרית ממילא. 

    אַבֿרהם מיט שׂרהן קומען מיר אַנטקעגן 

    פֿון דער מערת־המכפּלה. 

    "גאָט־העלף, זיידע־באָבעשי." 
    אַבֿרהם גייט שווײַגנדיק די גאַס אַריבער. 
    "נעם זיך ניט צום האַרצן, יאַנקעלע," 
    זאָגט שׂרה, "ער איז מבֿין כּל דיבור." 

    "ס'איז אַזוי דאָ אָנגענומען -
    מאַנצביל דאַרף ייִדיש שטומען. 
    אָבער אַ ייִדענע פֿון ייִדיש־טײַטש 
    האָט אויך עפּעס־וואָס צו זאָגן. 
    זאָג איך דיר: גאָט־העלף, מײַן קינד, 
    זאָלסט מיר אַל־דאָס־גוטס פֿאַרמאָגן. 

    גלייב מיר, יאַנקעלע, ס'וועט קומען אַ צײַט 
    אין חמשה־עשׂר־לאַנד פֿון ראָזשינקעס און פֿײַגן, 
    אַז אַלע עבֿרית־קינדער 
    וועלן אויפֿהערן ייִדיש שווײַגן. 

    און אַז זיי וועלן זיך צערעדן, 
    וועלן זיי, וועט אַ נחת זײַן צו הערן. 
    אַזוי וועט געשען, יאַנקעלע מײַן קינד, 
    אַ שבֿועה קען איך דיר שווערן." 

    דער זיידע אַבֿרהם פֿון יענער זײַט גאַס 
    ווינקט צו מיר און פֿאָכעט מיט דער פֿאַטשיילע... 
    אָ, רעד צו מיר ייִדיש, מײַן ייִדיש לאַנד, 
    און איך וועל צו דיר רעדן עבֿרית, ממילא! 

    צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

     צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
    טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

    נייַעס

      לייענזאַל

      olam kria