seker

FaceBook

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

נייַעס

יידיש זינגט זיך: ייִדיש-אינטאָנאַציע קורצע פֿילמען מיט/וועגן דער ריכטיקער ייִדישער אינטאָנאַציע https://www.youtube.com/results?search_query=%D7%99%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9+%D7%96%D7%99%D7%A0%D7%92%D7%98+%D7%96%D7%99%D7%9A+playlist
פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך ״השם ינקום דמם״ פֿון ירחמיאל בריקס זונטיק, דעם 23סטן אויגוסט 2020, 17:00 אַ זייגער, װעט דער ״לייוויק־הױז״ פֿײַערן די פּובליקאַציע...
זשורנאַל "ייִדישלאַנד" "ייִדישלאַנד" איז אַן אומאָפּהענגיקער ליטעראַטורישער זשורנאַל, וועלכער ווערט אַרויסעגעבן אין ישׂראל פֿיר מאָל אַ...
יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת. דער קליפּ איז געשטיצט געוואָרן...
לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן   מיר פֿאַרבעטן אײַך צו הערן לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן - אַ...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2020 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
קולטור־קאַלענדאַר אױף אַפּריל אינעם חודש אַפּריל איז געבוירן געוואָרן אַ רײ באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
אַ קראַנץ אין "יד־ושם" אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים דעם 21טן אַפּריל 2020 האָט דער דעלעגאַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
קולטור־קאַלענדאַר אויף מערץ אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
דער קאָראָנאַװירוס־גלאָסאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע coronavirus pandemic די קאָראָ֜נאַ־ווי֜רוס־פּאַנדעמיע [DI KORÓNA-VÍRUS-PANDÉMYE]containment zone די אײַ֜נהאַלט־<אײַ֜נצאַם־>זאָ֜נע, ־ס[DI ÁYNHALT-<ÁYNTSAM->ZÓNE, -S] cordon off...
אָפּשאַפֿונג פֿון אונדזערע אימפּרעזעס מחמת דער קאָראָנאַװירוס־עפּידעמיע װערן אַלע אימפּרעזעס פֿון דער אינסטאַנץ אָפּגעשאַפֿן אָדער אָפּגעלײגט ביז דער ספעציִעלער מעלדונג....
23.6 תּלמידים פֿון נ. ליפֿשיץ זינגען אין תּל־אָבֿיבֿ דינסטיק, דעם 23טן יוני 2020 (די דאַטע האָט זיך געענדערט), 19:30 אַ זייגער, אינעם...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


מאָנטיק, דעם 4טן יוני 2018, 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי ליין.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 04-6226943, 054-5870032.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

מיטוואָך, דעם 13טן יוני 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם זאַל פֿון דער גימנאַזיע א"ן פֿון בן־צבֿי (שלמה־המלך־גאַס 31, קרית־אונו) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, אױסגעפֿירט פֿון די שילערס פֿון דער ייִדישער געזאַנג־סטודיע, וואָס פֿונקציאָנירט בײַ דער דאָזיקער גימנאַזיע.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכ די טעלעפֿאָנען 052-3353548, 054-7787946.

די סטודיע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

 

kir ono

דאָנערשטיק, דעם 17טן מאַי 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם אורי־צבֿי־גרינבערג־הויז (יפֿו־גאַס 34, ירושלים) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט "שמועס צווישן קרובֿים: ייִדישע דיכטונג און העברעיִשער געזאַנג". עס באַטייליקן זיך די זינגערין רות לעווין און אינסטרומענטאַלער טריִאָ "עתר".

uri zvi

מאָנטיק, דעם 25סטן יוני 2018, 17:00 אַ זייגער, אין דעם הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" (סירקין־גאַס 17) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין ווירע לאָזינסקי, באַגלייט פֿון דער פּיאַניסטין רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

מאָנטיק, דעם 25סטן יוני 2018, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב שי"א (שוחרי ייִדיש אלקנה, תּלפּיות־גאַס 3) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער פֿידלערין חיה ליבֿני.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קלוב־קאָאָרדינאַטאָרין ביילע שטיינער דורכן טעלעפֿאָן 050-4744477.

מאַסטעראַנטין דניאלה מאַוער (רעכטס) האָט באַקומען די סטיפּענדיע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿון די הענט פֿון דער גענעראַל־דירעקטאָרין פֿון דער אינסטאַנץ, יהודית סולל.

doktorantke daniela bauer

מיטוואָך, דעם 9טן מאַי 2018, 11:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין בעטי קליין.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

דאָנערשטיק, דעם 21סטן יוני 2018, 18:30 אַ זייגער, אינעם אַשקלונער קאָנגרעסן־צענטער צום 22סטן מאָל וועט פֿאָרקומען דער יערלעכער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן (צווישן זיי קינדערשע קאָלעקטיוון) פֿון אַלע עקן מדינת־ישׂראל.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

ashkelon2018ru

זונטיק, דעם 22סטן אַפּריל 2018, 11:00 אַ זייגער, אינעם קלוב בײַ דער געזעלשאַפֿט לטובֿת די עלטערע לײַט (העמותה למען הקשיש, הראשונים־גאַס 14, מגדל־העמק) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין עמיליאַ יוסים, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט וואַלערי אײַוואַזיאַן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 052-8728322.

דאָנערשטיק, דעם 12טן אַפּריל 2018, 19:00 אַ זייגער אינעם נתּניהר קלוב "מרכז דוד" (אחימאיר־גאַס 9) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין רות לעווין. אַלעקסיי בעלאָוסאָוו וועט באַגלייטן דעם געזאַנג אויף דער גיטאַר.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לייבל באָטוויניק דורך די טעלעפֿאָנען 09-8826332, 054-5377729.

דאָנערשטיק, דעם 12טן אַפּריל 2018, 19:00 אַ זייגער, אינעם גבֿעתּיימער טעאַטער (דוד־רמז־גאַס 40) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די שילערס פֿון דער ייִדישער געזאַנג־סטודיעוואָס פֿונקציאָנירט אין אָט דער שטאָט בײַ דער מיטלשול א"נ פֿון תּלמה ילין.

די סטודיע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. 

אַרײַנגאַנג איז פֿרײַ, מע דאַרף אָבער באַשטעלן די פּלעצער פֿאַר פֿריִער דורכן טעלעפֿאָן 03-5753777.

telma12.4yelin page 001

דינסטיק, דעם 24סטן אַפּריל 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן פּלמחים) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג. עס באַטייליקן זיך די זינגערין יוליאַ שמיט־ביכאָווסקי, זינגערין־פּיאַניסטין סוועטלאַנאַ קוסיאַטאָוואַ, ווי אויך דער לייטער און שפּילער אויף בלאָז־אינסטרומענטן ירון ביכאָווסקי.

נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

פֿרײַטיק, דעם 27טן אַפּריל, 7:30 אַ זייגער אין דער פֿרי, פֿאָרן די מיטגלידער פֿונעם ייִדיש־קלוב "בית־נגלר" (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, קרית־חיים, לעבן חיפֿה) אַרויס אויף דער עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון ירושלים. דער וועגווײַזער איז יעד בירן.

נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורכן טעלעפֿאָן 054-6528265. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. 

מאָנטיק, דעם 2טן אַפּריל 2018, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין מאַרינע יעקובאָוויטש.

אין דער פּראָגראַם - לידער אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און אוקראַיִניש. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 04-6226943, 054-5870032.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 3טן מאַי 2018, 17:00 אַ זייגער, אינעם זאַל פֿונעם רעננהר קולטור-צענטער "בית יד לבנים" (אחוזה־גאַס 147) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער מיכאל גײַסינסקי.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 09-7610545/6.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

זונטיק, דעם 22סטן אַפּריל 2018, 16:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "בית־מיטשעל" (מאַנדלשטאַם־גאַס 12, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער שמוליק נדל.

מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6058395.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דינסטיק, דעם 6טן מערץ 2018, 10:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די צווילינג־שוועסטער סלאַוואַ און זאָפֿיאַ רײַפֿער. זיי וועלן אויספֿירן לידער אויף ייִדיש, העברעיִש, פּויליש און רוסיש.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 03-5219206, 054-4502447, 054-5200945.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 1טן מערץ 2018, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "מאַמע־לשון" אין קרית־גת (מלכּי־ישׂראל־בולוואַר 159) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין חן לאַקס.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 050-5491115.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 1טן מערץ 2018, 16:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "בית־מיטשעל" (מאַנדלשטאַם־גאַס 12, צפֿון תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די צווילינג־שוועסטער סלאַוואַ און זאָפֿיאַ רײַפֿער. זיי וועלן אויספֿירן לידער אויף ייִדיש, העברעיִש, פּויליש און רוסיש.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6058395.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

Nechama20.02

דינסטיק, דעם 20סטן פֿעברואַר 2018, 19:30 אַ זייגער, אינעם לאָקאַל "צוותא 3" (אבן־גבירול־גאַס 30, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַן אָנדענק־אָוונט לכּבֿוד דער גרויסער ייִדישער זינגערין נחמה ליפֿשיץ (1927 – 2017).

עס וועלן זיך באַטייליקן דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿונעם ניו־יאָרקער טעאַטער "פֿאָלקסבינע" זלמן מלאָטעק, די זינגערין רעות בן־זאבֿ, דער פֿידלער פּאַוועל לעווין, דער קלאַרנעטיסט יעקבֿ יאַכנין, דער קאָנטראַבאַסיסט סטאַס באַולין און די תּלמידים פֿון דער קונסט־סטודיע פֿונעם ייִדישן ליד, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ.

בײַם קלאַוויר – די איצטיקע דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע און די רעזשיסערין פֿונעם אָוונט, רעגינע דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

אויסקלערן די פּרטים און באַשטעלן בילעטן קאָן מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6950156.

דאָנערשטיק, דעם 15טן פֿעברואַר 2018, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט דער מוזיק־פֿאָרשער קובי לוריא דערציילן וועגן מאַרק וואַרשאַווסקי - דעם ייִדישן פֿאָלקס־פּאָעט און קאָמפּאָזיטאָר, מחבר פֿונעם באַרימטן ליד "אויפֿן פּריפּעטשיק".

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. 

נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-6650183, 02-5664144. 

דאָנערשטיק, דעם 11טן יאַנואַר 2018, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע עלטער" (אופסטרלנד־גאַס 3, "בית גיל הזהב") איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין אסתּי ניסים.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7431614.