ירושלים, 24.4.2025 אָנדענק-אַימפּרעזע, פֿאָרשטעלונג וועגן סוצקעװערן
לכּבֿוד דעם אָנדענק־טאָג פֿון חורבן און גבֿורה לאַדן מיר אײַך אײַן אױף אַן אָנרעגנדיקער צערעמאָניע מיט דער באַטייליקונג פֿון דער טרופּע פֿונעם ייִדישפּיל־טעאַטער. די אימפּרעזע װעט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 24סטן אַפּריל 2025, 9:45 אַ זייגער אין ירושלימער טעאַטער־הויז (שאַראָווער־זאַל, דוד־מאַרקוס־גאַס 20, ירושלים).
מע וועט פֿאָרלײענען דעם יזכּור, אָנצינדן די זכר־ליכטלעך און װײַזן די פֿאָרשטעלונג "דער עדות" וועגן דעם, ווי דער ייִדישער דיכטער אבֿרהם סוצקעװער האָט געזאָגט עדות אויפֿן נירנבערגער געריכט.

אַרײַנגאַנג איז פֿרײַ, מע דאַרף זיך אָבער פֿאַרשרײַבן פֿאַר פֿריִער דורך דער פֿאַרבינדונג: https://jtheatre.pres.global/order/34036
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










