קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2020
די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין אַ שפּאָגל נײַער און שפּאַנענדער אונטערנעמונג, דהײַנו, – קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש. דער קאָנקורס װערט געמאָלדן פֿאַר די בירגער און תּושבֿים פֿון מדינת־ישׂראל, װעלכע האָבן דערװײַל קײן מאָל נישט פּובליקירט זײערע װערק, אָדער האָבן יאָ פּובליקירט ניט מער װי אײן בוך אױף ייִדיש.
די תּנאָים פֿונעם קאָנקורס:
אײן דערצײלונג, װאָס איז נאָך ניט געװען געדרוקט, דאַרף באַשטײן פֿון ניט מער װי 3000 װערטער, אָן אַ באַגרענעצונג פֿון סטיל און זשאַנער. צום קאָנקורס װעט זײַן גערופֿן אַ בכּבֿודיקע זשורי, װעלכע װעט אױסקלײַבן די געװינער פֿונעם קאָנקורס. די מחברים פֿון דרײַ דערצײלונגען, װעלכע װעלן באַשטימט װערן װי די בעסטע, לױט דער מײנונג פֿון דעם זשורי, װעלן זוכה זײַן צו אַ פּרײַז:
ס'ערשטע אָרט – 3000 שקלים
ס'צװײטע אָרט – 1500 שקלים
ס'דריטע אָרט – 1000 שקלים
דער לעצטער טערמין פּון צושטעלן אַ דערצײלונג אױפֿן קאָנקורס איז דאָנערשטיק, דעם 30טן יולי 2020 ביז חצות.
די לאַורעאַטן פֿונעם קאָנקורס פֿאַרן יאָר 2019 קענען נישט אָנטײל נעמען אינעם הײַיאָריקן קאָנקורס.
די געװינער װעלן צוגעטײלט װערן אָפֿיציעלע לאַורעאַט־דאָקומענטן בעת דער פֿײַערלעכער אונטערנעמונג, און די װערק פֿון די לאַורעאַטן װעלן פּובליקירט װערן אין דער צײַטונג "פֿאָרװערטס".
די שיטה פֿון צושטעלן די װערק צום קאָנקורס:
כּדי צו באַקומען די תּקנות פֿונעם קאָנקורס, אײַנרעכנדיק די פּרטים פֿון איבערצושיקן די דערצײלונגען, די נאָרמעס און קריטעריעס פֿון אָפּשאַצן די קינסטלערישע װערק אאַ"װ, ביטע זיך װענדן אין ביוראָ פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ דורך דעם בליצפּאָסט־אַדרעס: yiddish@yidreshut.co.il
אינעם בריװ װײַזט, ביטע, אָן אײַער נאָמען מיט אַ צושריפֿט "קאָנקורס פֿון אַ קורצער דערצײלונג אױף ייִדיש".
די דערצײלונגען דאַרפֿן זײַן אױסגעזעצט אין דער װאָרד־פּראָגראַם, אינעם לײען־פֿאָרמאַט מיטן שריפֿט פֿון 12 פּונקטן, דער בלױז צװישן די שורות מוז זײַן אָנדערטהאַלבן שורות, אָן קײן שום בילדער און אַנדערע גראַפֿישע צײכענונגען, װי אױך אָן קײן שום אינדעטיטעט־פּרטים.
דער מחבר דאַרף אָנװײַזן זײַן נאָמען און פֿאַמיליע־נאָמען, דעם נומער פֿון זײַן אידענטיטעט־שײַן, װי אױך דעם גילטיקן פּאָסט־אַדרעס, בליצפּאָסט־אַדרעס און טעלעפֿאָן־נומערן.
דערצײלונגען, װעלכע װעלן געשיקט װערן ניט לױט די פֿון אױבן דערמאָנטע תּנאָים, װעלן ניט איבערגעגעבן װערן די זשורי־מיטגלידער, װעלכע װעלן אױסלײענען די צוגעשיקטע דערצײלונגען װי אַנאָנימע װערק.
די קאָנקורס־כּללים:
דער קאָנקורס װערט דורכגעפֿירט אָן אָנװײַזן די נעמען פֿון די באַטײליקטע, אױפֿן אַנאָנימען אופֿן.
ליטעראַרישע אײנצלהײַטן: עס מוז זײַן אַ פּראָזע־װערק, אַ יצירה פֿונעם אָנגעװיזענעם מחבר.
עס װעלן ניט אָנגענומען װערן צום קאָנקורס אױטאָביאָגראַפֿיעס, אָבער די דערצײלונג גופֿא קען יאָ זײַן באַזירט אױף אַ פֿאַקט אָדער אַ געשעעניש פֿון מחברס פּריװאַטן לעבן.
קריטעריעס פֿאַרן קאָנקורס־זשורי:
א' דער מחבר האָט נאָך ניט פּובליקירט קײן ביכער אָדער יאָ פֿאַרעפֿנטלעכט ניט מער װי אײן בוך אױף ייִדיש, עס מעג זײַן פּאָעזיע אָדער פּראָזע.
ב' די גרײס פֿון דער דערצײלונג מוז זײַן ניט מער װי 3000 װערטער.
ג' אַלע אַנדערע קריטעריעס װערן אָפּגעהיט און איבערגעגעבן די זשורי־מיטגלידער לױט די תּקנות פֿונעם קאָנקורס.
אופֿן פֿון דער קאָנקורס־דאָקומענטירונג:
יעדע דערצײלונג װעט אָפּגעהיט און אידענטיפֿיצירט װערן נאָר לױטן צוגעטײלטן נומער.
די זשורי־מיטגלידער װעלן באַקומען די טעקסטן צום לײענען אין אַ געדרוקטער פֿאָרם מיט אַ פּערזענלעכן נומער פֿאַר יעדעס װערק.
די געװינער װעלן אינדעטיפֿיצירט װערן לױט די נומערן פֿון די װערק.
די געװינער װעלן באַקומען אַן אָפֿיציעלע מעלדונג דורך דער בליצפּאָרסט אָדער טעלעפֿאָניש.
די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִידישער קולטור באַקומט די רעכט צו פֿאַרשפּרײטן די נעמען פֿון די געװינער
װי אױך זײערע װערק אָן קײן שום מאַטעריעלער קאָמפּענסאַציע די מחברים.
מער פּרטים פֿון די קאָנקורס־תּקנות קען מען באַקומען אינעם ביוראָ פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ דורכן בליצפּאָסט־אַדרעס Yiddish@yidreshut.co.il
דאָס צושטעלן אַ דערצײלונג צום קאָנקורס פֿאָדערט אַ װענדונג אין כּלל־ייִדיש, לױטן https://yivo.org/Yiddish-Alphabet
וועגן די לאַורעאַטן פֿונעם קאָנקורס פֿונעם יאָר 2019 לייענט דאָ
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











